דינסטאג פ' כי תבוא • י"ד אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: JDN
ברגשי גיל וחדוה האבן פילצאליגע חסידים ומעריצים מיטגעהאלטן די חתונה הגדולה ווען כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א האט אונטערגעפירט בתו הכלה החשובה אונטער די חופה, מיט די חתן א אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א, אייניקל פון זיין זון הגה"צ ר' נפתלי הורוויץ שליט"א אב"ד זכרון נפתלי, א זון פון זיין זון הגה"צ ר' מנחם מענדיל הורוויץ שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' זושא כ"ץ שליט"א אב"ד ראצפערט. די גרויסע חתונה איז ערשטמאליג געפראוועט געווארן אינעם קראלי הויף מבואו ועד צאתו, א ריזן שאטער איז געווארן אויפגעשטעלט אויפן גרויסן באדן הארט נעבן ביהמ"ד הגדול קראלי אויף וואלאבאוט, אויפן שטח וואס איז געווידמעט צו עווענטועל פארברייטערן דאס ביהמ"ד, און איז אצינד צוגערישט געווארן צו זיין די אכסניא פאר די געהויבענע שמחה בבית צדיקים.
די חתונה הגדולה האט זיך אנגעהויבן מיטן מעמד הקבלת פנים בהיכל ביהמ"ד הגדול ביי וועלכן עס האט באשיינט די עלטער זיידע כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א, דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאל פון עידן פאלאס, בעפאר די חופה איז מען ארויף לביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א וואו די רבי האט אנגעטוהן פארן חתן די בגדי קודש פון אביו הרה"ק מספינקא זצ"ל. ביים חופה תחת כיפת השמים האט דער עלטער זיידע כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א מסדר געוועהן חופה וקידושין, קריאת הכתובה די זיידע הגה"צ אב"ד ראצפערט שליט"א, מיט די ברכות איז מכובד געווארן הרה"ג ר' יואל יאקאבאוויטש ראש ישיבת קראלי, הרה"ג ר' שרגא גדלי' קויפמאן דומ"ץ קראלי, הרה"צ רבי ברוך בעק מרבני הקהילה, הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין דומ"ץ קראלי און סאוט פאולסבורג, און די זיידע הגה"צ אב"ד זכרון נפתלי שליט"א איז מכובד געווארן מיט ברכה אחריתא. דערנאך האט די רבי שליט"א משמיע געווען מדברות קדשו זייענדיג מעורר דעם ציבור אויסצונוצן דעם עת רצון ווען די אבות הקדושים קומען אראפ משמי מעל און אנגעוונטשן דעם ציבור בברכות קדשו לרוב, ביים חופה האבן זיך משתתף געווען די פעטער'ס האדמורי"ם מתולדות צבי דספינקא און טבא דשמואל דספינקא.
נאכן חופה איז די גאנצע ציבור דורך וואונטשן מזל טוב פארן רבין די אבי הכלה, און דערנאך איז מען אריבער צום גרויסן שאטער וואו עס איז שוין געווען צוגעשטעלט די סעודת החתונה ביד רחבה, פאר די בחורי חמד איז געווען צוגעשטעלט די סעודה אינעם היכל הביהמ"ד, ווי די רבי איז ערשינען בשעת די סעודה און זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט די בחורים. א קורצע צייט דערויף איז די רבי ערשינען אינעם שאטער וועלכע איז געווען איבערגעפילט מלא על כל גדותיו דורך די פילע חסידים ומעריצים וואס זענען געקומען אנטייל נעמען אינעם געהויבענעם שמחה, בהדרת כבוד האט מען ענפאנגען דעם זיידן כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א וועלכע האט זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיטן חתן און מחותנים, די ריקודין של שמחה האבן אנגעהאלטן א לענגערע צייט ווען אינצווישן איז די רבי שליט"א אראפ טאנצן אין צענטער פונעם זאל און מעודד געווען די ריקודין.
במשך די שמחה האבן זיך משתתף געווען האדמורי"ם מוויזניץ וויליאמסבורג, וויזניץ בארא פארק, וויען, בורשטין, סקאליע, מאשלוי, בית שמואל צבי דספינקא, ספינקא מאנסי, אב"ד קאלבסוב, אב"ד מכלל יופי, אב"ד קלאסנא, אב"ד אראד, אב"ד נירעדאהז, אב"ד מישקאלץ, אב"ד קלעסאן, אב"ד האניפאלי און נאך. מיט ברכת המזון און שבע ברכות זענען מכובד געווארן די ברודער'ס פונעם רבי'ן האדמורי"ם לבית ספינקא.
נאך די מצוה טענץ פון די געהויבענע זיידעס האדמור"ים והרבנים האט בדחנא דמלכא הרב בערל ראזנפעלד הי"ו, אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א מיט ווארימע דברי חרוזים, נאך די גראמען האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בגודל קדושת הזמן, און געוואונטשן דעם ציבור, דערנאך האט מען געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות און דער רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ לקראת הכלה מיט אן אויסטערלישע התלהבות, נאכן טאנצן לפני הכלה האט דער רבי שליט"א מכבד געווען די ברודער'ס האדמורי"ם מספינקא שליט"א צו טאנצן לפני הכלה, און דאן זיך ארויסגעלאזט אין א ברודערליכע מחול לצדיקים.
Comments