דאנערשטאג פ' ראה • כ"ה אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
מטעם בית הגה"צ חסידא ופרישא רבי מרדכי שטיינער שליט"א אבד"ק קהל בית מרדכי איז געמאלדן געווארן, אז דער רב שליט"א וועט אין די נאנטע טעג דורכגיין א קאמפלעצירטע הארץ פראצעדור אין שפיטאל. דער רב שליט"א ליידט די לעצטע תקופה פון א חולשה, און די דאקטוירים האבן רעקאמענדירט צו טרענספערן דעם רב צו די קליוולאנד קליניק שפיטאל וואו ער וועט דורכגיין אן אפען הארץ סערדזשערי אין די נאנטע טעג, ווי פארשטענדליך איז מען אנגעוויזן אויף אסאך תפילות ישראל אז דער אפעראציע זאל דורכגיין כשורה און די רב זאל צוריק קומען צו די כוחות מיט א בריאות השלימות. דער נאמען צו מתפלל זיין איז מרן מרדכי צבי בן מינדל אסתר לאה לרפואה שלימה.
Comments