top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הגה"צ רבי אברהם יצחק וואלפסאן אבד"ק אמונת ישראל מאנסי באזוכט ביי האד' מתולדות אברהם יצחק

מיטוואך פ' פנחס • י"ח תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

נעכטן מאנטאג נאכן מעמד הקמת המציבה על קברו פון מרן המשגיח הגה"צ רבי משה וואלפסאן זצ"ל אבד"ק אמונת ישראל אין טבריה איז בנו חביבו הגה"צ רבי אברהם יצחק וואלפסאן שליט"א אבד"ק אמונת ישראל מאנסי אנגעקומען צום נייעם חרדישן יישוב הר יונה אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, א ידיד נאמן מיטן משגיח זצ"ל רבות בשנים. עס איז אנטוויקעלט געווארן א שיינעם שמועס וואו די רבי שליט"א האט ארומגעשמועסט מיט בענקעניש פונעם משגיח און דער חלל וואס ער האט איבערגעלאזט.


די רבי שליט"א האט זיך אינטרעסירט איבער די קהילה קדושה אמונת ישראל המתנוסס לתפארה אין שטאט מאנסי בנשיאתו פונעם רב שליט"א און מאציל געווען מברכות קדשו לרוב ער זאל זעהן הצלחה און סייעתא דשמייא, און געזאגט די ברכת תנחומים.



Comments


bottom of page