top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חודש הרחמים והסליחות: האד' מסאטמאר באזוכט בקרב חסידיו אין לינדען ניו דזשערזי

דינסטאג פ' כי תבוא • י"ד אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברמי בערגער

 

די וואך זונטאג האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אפגעשטאט א געהויבענעם ביקור קודש אין לינדען ניו דזשערזי בקרב עדת צאן מרעיתו תושבי העיר. ביים אנקומען האט די רבי באשיינט די חומש סעודה פון תלמידי מוסדות סאטמאר אין לינדען, וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון אולם בראך. די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע, עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הרב דוד הלברשטאם שליט"א בן האדמו"ר מקיוויאשד שליט"א וואס האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט פאסיגע דיבורים, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה''צ ר' אלעזר מרדכי סופר שליט"א אב"ד סאטמאר לינדען, די קינדער האבן געזאגט די פסוקי חומש כנהוג, און געזינגען ניגוני תורה, דערנאך זענען די חתני המקרא אריבער און דער רבי האט פארטיילט א סידור פאר אלע קינדער, אויך האט דער רבי פארטיילט פאר די עלטערע תלמידי התלמוד תורה א געבענטשטע מטבע.


דער רבי האט געטרינקן לחיים און דערנאך משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט רגשי לבבו צו זעהן אזויפיל קינדער תשב"ר אין לינדען וואס הייבן אן צו לערנען חומש, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די חתני המקרא און זייערע עלטערן און זיידעס, און פאר די מלמדים און די הנהלת המוסדות.


דערנאך איז דער רבי אריבער ביי די בוי ארבייט פון בית מדרש הגדול והחדש סאטמאר אין שטאט, דער רבי איז ארומגעגאנגען אינעם גאנצן בנין און געהערט א באריכט איבער די ווייטערדיגע פלענער צו בויען א היכל התורה און א מקוה מפואר אינעם ביהמ"ד. פון דארט איז דער רבי אריבער בבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם הערש טייטלבוים הי"ו ווי עס איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה לקראת הימי הרחמים והרצון פאר חסידי סאטמאר תושבי העיר.


בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך כ''ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא לינדען שליט"א אינאיינעם מיט חתנו החתן בן הרה"ג ר' אברהם לייפער שליט"א ראש ישיבת נדבורנא, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בסיפורי צדיקים, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו און עקסטער געוואונטשן לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט.


נאך די זמני כניסה איז דער רבי אריבער צום נייעם לינדען סי-בלו פיש געשעפט, אונטער די אייגנטימערשאפט פון הרה"ח ר' חיים הערש ובנו ר' ליפא וועכטער הי"ו מגדולי עסקני הקהלה והמוסדות, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג, געטרינקן לחיים, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די בעלי בתים.


דערנאך איז דער רבי אריבער זיך אומקוקן אויף די שטאטישע מקוה טהרה החדש וואס האלט שוין ביים גמר הבני' בראשות הרה"ג ר' יעקב מנחם שטייף שליט"א דומ"ץ התאחדות הרבנים, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבייט און דער דיין האט דערביי געצייגט פארן רבי'ן די פולע חומרות והידורים פון די מקוה, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו ער זאל בקרוב קענען ענדיגן די גאנצע מקוה להרבות טהרה בישראל.
















































Comments


bottom of page