top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

במעמד שלשתן: טריפּלטע שמחה נהדרה געפייערט דורך חסידי וויזניץ אין ניו יארק בראשות מרן אד' מוויזניץ

מיטוואך פ' קרח • כ"ז סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעידט: יוסי גאלדבערגער

 

בשמחה משולשת בתורה האבן הונדערטער חסידי וויזניץ פון איבער גרעיטער ניו יארק זונטאג נאכט מיטגעלעבט די געטריפלטע הערליכע שבע ברכות בשמחת בית סקווירא - וויזניץ - ראחמיסטריווקא, צוגעשטעלט לכבוד מורם ורבם מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, זייענדיג קאמבינירט מיט א חגיגת "חנוכת ביהמ"ד" צמח צדיק וויזניץ אין מאנסי, און א "הכנסת ספר תורה" אריינגעגעבן דורך הנגיד החסיד ר' יהודה יעקב כהנא מגדולי תומכי בית וויז'ניץ.


די גייסטרייכע מעמדי הוד האט זיך אנגעהויבן ביים מעמד "סיום כתיבת האותיות" פארלאפענעם דאנערשטאג שלח, ווען דער וויזניצער רבי שליט"א איז ערשינען בבית הנדבן אריינצושרייבן די לעצטע אותיות און דערביי מאציל געווען ברכת קדשו פאר'ן נדבן ובני משפחתו.


זונטאג נאכמיטאג איז ארויס די תהלוכה לרחובה של עיר מאנסי, פון שטוב פון הרה"ג ר' מרדכי בערגער שליט"א דומ"ץ וויזניץ מאנסי, מיט די באטייליגונג פון הונדערטער וויזניצער חסידים ומתפללי ביהמ"ד החדש. אנקומענדיג צום ביהמ"ד האט מען זוכה געווען לקבל פני הקודש פונעם וויזניצער רבי'ן, וועלכער האט איבערגענומען דעם נייעם ספר און מעריך געווען די ריקודי קודש בעוז ותעצומות, און באזונדער זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ מיט'ן נדבן און די בני המשפחה, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור.


אינעם הויכפונקט איז שפעטער ביינאכט אפגעראכטן געווארן די סעודת מצוה לגומרה של תורה, צאמגעשטעלט מיט די צענטראלע שבע ברכות דורך חסידי וויזניץ אין ניו יארק לרגל השמחה בבית המלכות, זייענדיג לאנגע שעה'ן פון תענוג רוחני ווען דער מנהיג העדה זיצט כמלך במסיבו און מאציל מהודו פאר עדת צאן מרעיתו פאר עטליכע שעה נאכאנאנד.


די "וויזניצע קאפעליע" פון בארא פארק האט מהנה געווען בפרקי שיר, באגלייט דורכ'ן בארימטן חזן ר' יששכר גוטמאן. דער רבי שליט"א האט משמיע געווען לענגערע דברות קודש לכבוד המאורע, און דערמאנט בתוך דבריו ווארעם הארציגע דברי הספד והערכה צום הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל, ספעציעל איבער זיין עניוות ובריחה מן הכבוד, געדינט דעם אויבערשטיין מיט לויטער ריינקייט, אן א שום פניות.


נאך די דברות קודש איז דער רבי אראפ צום צענטער פון ביהמ"ד און זיך ארויסגעלאזט אין גאר עקסטאזליכע ריקודין צוזאמען מיט די חסידים, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען מיט'ן מעודד זיין די ניגונים בתוך קהל ועדה, זייענדיג א זעלטענע איבערלעבעניש פון שמחה והתרוממות. נאכ'ן בענטשן האט מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה וזמרה, שליסנדיג די שמחה רוממה וואס מ'האט זוכה געווען מיטצולעבן.



bottom of page