top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

צענטראלער שבע ברכות בשמחת בית באבוב צוגעשטעלט דורך קהל שערי ציון ד'באבוב

דאנערשטאג פ' כי תבוא • ט"ז אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

פארלאפענעם מוצאי שבת קודש איז פארגעקומען די צענטראלע שבע ברכות בחצר הקודש באבוב צוגעשטעלט דורך קהל שערי ציון ד'באבוב אין בית המדרש הגדול באבוב אין בארא פארק.


עס איז געווען צוגעשטעלט א רייכע סעודה כיד המלך פאר'ן גאנצן ציבור און עס האבן מהנה געווען די באבובער קאפעליע באגלייט מיט כלי שיר. מיט גרויס כבוד האט מען מקבל פנים געווען כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וועם די רב שליט"א האט מכבד געוועהן מיט לחיים און זיך ארויסגעלאזט מיט איהם אין א געהויבענעם ריקוד.


עס האט אויפגעטראטן מיט א דרשה א שוואגער פונעם רב הרב החסיד ר' דוד יהושע ראזנגארטן שליט"א און די מחותן הגה"צ גאב"ד לינז שליט"א, דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן ברכת הקודש פונעם רב שליט"א. נאכן בענטשן האט זיך די גאנצע ציבור ארויסגעלאזט אין ריקודין של שמחה לכבוד שמחת בית צדיקים און מ'האט אהיימבאגלייט דעם רב שליט"א.

































Comments


bottom of page