top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' ממיאלען באזוכט אין נייע שכונה פאר חסידי מיאלען "מתחם הסופרים" אין צפון בני ברק

מאנטאג פ' מטות מסעי • כ"ג תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

כ"ק אדמו"ר ממיאלען שליט"א איז די וואך אנגעקומען צום נייעם שכונת 'מתחם הסופרים' אין שטאט בני ברק, ווי די רבי שליט"א וועט אין די נאנטע צוקומפט איבערפלאנצן זיין הויף פון קרית גת און פון דארט משפיע זיין פאר עדת צאן מרעיתו ווי שוין ברייט באריכטערט דא אויף 'בחצרות'.


די רבי שליט"א האט זיך אומגעקוקט ביים שטח הבניה ווי עס וועט בקרוב הימים אויפגעבויט ווערן דעם בית המדרש החדש דחסידי מיאלען, און אזוי אויך ביי די מקוה טהרה און די נייע הויז וואס די רבי שליט"א האט שוין געקויפט אינעם שכונה ווי די רבי פלאנט זיך שוין אריינצוציען דעם קומענדיגן ירח האיתנים, אזוי אויך האט זיך די רבי ארומגעקוקט איבער די פארשריט ביי די ערשטע דירות דעוועלאפמענט אינעם שכונה וואו די ערשטע איינוואוינער האבן זיך שוין בשעה טובה אריינגעצויגן, אין די קומענדיגע וואכן וועלן נאך זיך איינוואוינער באזעצן דארט אינעם שכונה, וואס אנטשפרעכט צו זיין א שכונה גדולה מיט הונדערטער אידן יראים ושלמים.


זייענדיג אין בני ברק איז די רבי שליט,א ארויף אויף א באזוך צום מרא דאתרא הגה"צ רבי חיים יצחק אייזיק לאנדא גאב"ד בני ברק וועלכע האט ווארעם אנגעוואונטשן דעם רבי'ן שליט"א מיט הצלחה און פיל סייעתא דשמיא. באזונדער ווערן געמאכט העפטיגע הכנות צום גרויסן שבת ראשונה וואס די רבי שליט"א וועט פראווען אינעם נייעם שכונה אין בני ברק, דעם קומענדיגן שבת פ' עקב אינאיינעם מיט פילע חסידים און אוהדים פון אומעטום וואס וועלן מיטהאלטן דעם ערשטן שבת אין בני ברק.


פארלאפענעם וואך האט זיך דער רבי שליט"א אהיימגעקרעט נאך א לענגערע באזוך אין ניו יארק ווי די רבי האט זיך אויפגעהאלטן אין קרית יואל און אין מאנסי אויפצוטרייבן די נויטיגע פאנדן צו קענען אריבערפלאנצן דעם הויף צום עיר התורה וחסידות בני ברק.



Comentarios


bottom of page