top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

צדקתם תצהי"ר: האד' מבעלזא זאגט מיט סליחות כמנהג בני עדות המזרח מיט 150 בעלי תשובה פון רבי'נס ארגון "צהר"

מיטוואך פ' נצבים - וילך • כ"ב אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: אנשיל בעק

 

אין א זעלטענע שריט איז כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א נעכטן ארויס מגדרו און מיטגעזאגט דעם סדר אמירת סליחות לויט'ן נוסח העתיק פון בני עדות המזרח, אינאיינעם מיט ארום 150 בעלי תשובה פון די וועלט בארימטע מוסדות התשובה דחסידי בעלזא "צהר".


די ארגון "צהר" איז נתייסד געווארן דורךכן בעלזער רב שליט"א, וועלכער איז אריינגעטאן מיט עינא פקיחא אין שפיץ פון די פארצווייגטע פעולות פון מחזיר זיין נשמות ישראל לאבינו שבשמים, און איז קרוב ללבו הטהור מיט ברייטע פעולות מחזק און מרחיב זיין די גבולי הארגון, און במשך השנים זענען שווערע שווערע טויזנטער פרייע אידן נתקרב געווארן צו שמירת התורה ומצוות אין די ראמען פון "צהר".


אצינד שטייענדיג בימי הרחמים והסליחות, ווען לויט'ן מנהג פון די עדות המזרח הייבט מען שוין אן זאגן סליחות פון ר"ח אלול, האבן די ראשי הארגון צהר אראנדזשירט א ספעציעלע באזוך במעון קדשו פונעם בעלזער רב שליט"א, אינאיינעם מיט ארום 150 בעלי תשובה מבני עדות המזרח, אפצורעכטן א התעוררות'דיגער מעמד בקשת רחמים ואמירת סליחות בצל קדשו פונעם מייסד ונשיא הארגון. דער מעמד איז פארגעקומען נעכטן מיטוואך נאכט כחצות הלילה, א התעוררות עצומה האט געשוועבט בהיכל קדשו פונעם רב שליט"א, ווען די בעלי תשובה זאגן מיט אן ערנסטקייט די סליחות לויט זייערע מנהגים און נוסח המקובל, בשעת דער רב שליט"א זאגט מיט א לענגערע שעה אינאיינעם מיט זיי, און זינגט מיט זייערע דביקות'דיגע בארימטע פיוטים.


ביים מעמד האט זיך אויך משתתף געווען דער ראשון לציון הגאון רבי שלמה משה עמאר שליט"א וועלכער האט אויפ'ן פלאץ אפגעראכטן א "מי שברך" פאר חיזוק הכוחות פונעם רב שליט"א, בשעת די בעלי תשובה זענען דאן הייס מתפלל מעומק לבם פאר'ן רבי'נס אריכות ימים ושנים.


ביי חסידי בעלזא ווערט צוגעצייכנט אז דאס מיטהאלטן סליחות פון די בני עדות המזרח אין חודש אלול איז שמור לקדשו ביי די בעלזא רביים, נאך ביים בעלזער רב זי"ע איז געווען אמאל ווען ער האט צוגעטרעטן צום פענסטער און זיך איינגעהערט צו די סליחות פון די בני עדות המזרח, און זיך אויסגעדרוקט אז דער תנועה וואס זיי זינגען אויף 'חטאנו לפניך' דאס האבן די לוים געזינגען אין ביהמ"ק. אין די פארגאנגענע יארן האט זיך דער רב שליט"א שוין עטליכע מאל משתתף געוועהן ביים אמירת הסליחות ביים כותל המערבי וואס איז נתייסד געווארן דורכן ראשון לציון הגאון רבי עובדיה יוסף זצ"ל, און אויך אמאל געווען ביי הגאון רבי ראובן אלבז שליט"א ראש ישיבת אור החיים אין ירושלים. 




















Comments


bottom of page