top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאסן חסידים אין די הויכע ספערן נאכן מיטלעבן חתונה הרוממה בחצרות הקודש וויז'ניץ - ספינקא - ברעזשאן - אולם - זאלישא

מוצאי שבת פ' חוקת • ז' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר

 

מיט טיפע התרגשות האבן טויזנטער חסידי וויז'ניץ זיך מיטגעפריידט ביי די גרויסע חתונה בחצרות הקודש וויז'ניץ - ספינקא - ברעזשאן - אולם - זאלישא, ווען מ'האט געהאט די זכיה מיטצולעבן א חתונה ביים רבי'ן אין הויף, די גאנצע שמחת החתונה איז געווען איין שטיק דערהויבענקייט און התרוממות הנפש, ווען פאר לאנגע שעה'ן ביז נאך 6:00 אינדערפרי האט מען זיך דערהויבן אין די הויכע ספערן.


ארום 5:30 נאכמיטאג זענען די זיידעס האדמורי"ם שליט"א ערשינען צום מעמד קבלת פנים אין ביהמ"ד הגדול 'מרכז חסידי וויז'ניץ' אין בני ברק, די קאפעליע האט געזינגען א רייע ווארעמע ניגונים מאוצר הטוב לבית וויזניץ, און דער בדחן ר' משה שמואל ראזנבערג מחשובי חסידי וויז'ניץ אין בארא פארק האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין, זייענדיג מקדם בברכה די געהויבענע זיידעס האדמורי"ם והרבנים שליט"א. ביים קבלת פנים האט באשיינט די שמחה די גרויסער פעטער מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א, אזוי אויך די פעטער הגה"צ ראש ישיבת וויז'ניץ שליט"א, און האדמור"ים מוויז'ניץ בית שמש, וואסלוי, סטראפקוב, ראש ישיבת סאטמאר בני ברק און נאך, מיט קריאת התנאים איז נתכבד געווארן הרה"צ רבי חיים מאיר טווערסקי בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וואס האט זיך משתתף געוועהן ביי די שמחה בשליחות קדשו.


צום באשטימטן צייט איז מען ארויס צו די חופה על פני רחוב עזרא ביים ווינקל פון רחוב שלמה המלך. מיט סידור קידושין איז נתכבד געווארן דער געהויבענער זיידע כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, עדי קדושין זענען געוועהן הגה,צ רבי ישראל גרינבערגער דןומ"ץ וויז'ניץ אלעד און הרה"ג ר' ישראל דוד שטערן דומץ וויז'ניץ בני ברק, קריאת הכתובה די פעטער מצד החתן הגה"צ ר' אלטר אליעזר הורוויץ רב ביהמ"ד קדושת יו"ט דסאטמאר, ברכות ראשונות די זיידע הגה"צ אב"ד אולם שליט"א, נאך א ברכה די פעטער מצד הכלה כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א פון בני ברק, און ברכה אחריתא די זיידע כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א, נאכן חופה האט די זיידע די וויזניצער רבי אנגעוונטשן מברכות קדשו לכל העם הנאספים מיט גרויס התרגשות, און באלד דערויף האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.


נאכן חופה האט א פלאטע פון באסעס געפירט דעם ציבור צום סעודת החתונה אינעם גרויסן היכל ראזנבערג זאל אין קרית צאנז נתני', וואו עס איז געוועהן צוגעגרייט די סעודת החתונה אויף א ברייטע פארנעם. דורכאויס די שמחת החתונה האבן מהנה געווען בשירה וזמרה די משוררים אין די וויזניצע קאפעליע. די זיידע די וויז'ניצער רבי האט געהאט די אכסניא אין נתניה אין שטוב פון העסקן ר' וואלף קליין הי"ו מראשי הנהלת מוסדות צאנז אין נתניה, וואו די רבי האט זיך אויפגעהאלטן צווישן די חופה און די סעודת החתונה. ארום 11:30 איז די רבי שליט"א ערשינען צום שמחת החתונה, לקול תרועת השמחה ווען דער גאנצער ציבור ארום הייבן זיך בריקודין של שמחה בעוז ותעצומות, א קורצע צייט דערויף איז ערשינען די זיידע די ספינקא רבי, די זיידע'ס האדמור"ים האבן זיך געוואשן צום סעודת החתונה בעת מען האט ממשיך געוועהן די ריקודין לענגערע שעות נאכאנאנד. בשעת די ריקודין האבן זיך אנגעזעהן פילצאליגע אדמור"ים, רבנים וקרובי המשפחה צווישן זיי: האדמו"רים מפיטסבורג, ספינקא, ספינקא ירושלים, לייפניק, סאווראן, בערגסאז בני ברק און נאך פיל.


מיט א באזונדערע שמחה און הערצה האט מען ענטפאנגען די בעל האכסניא פון די שמחה כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, מיטן נייעם ניגון 'אור זרוע לצדיק' וואס איז פארפאסט געווארן צו די שמחה, צולייגנדיג די ווערטער 'טוב עין הוא יבורך', אין א איבערראשענדע שריט האט די זיידע די וויזניצער רבי געבעטן דעם מיקראפאן און ווידער ארויסגעהויבן זיין הכרת הטוב מעומקא דליבא פארן צאנזער רבי'ן וואס איז ארויס מגדרו צוצושטעלן די זאל פאר די חתונה מיט אזא סבר פנים יפות, און מסיים געוועהן מיט ברכות לרוב אז דאס פלאץ זאל שטענדיג זיין אן אכסניא של שמחה, און די רבי זאל זעהן שמחות ביי זיינע קינדער און וכל הנלווים אליו מתוך בריאות השלימות, דאן האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד, וואו דער צאנזער רבי איז געטאנצן מיטן חתן, באזונדער מיטן זיידן די ספינקא רבי און דערנאך מיטן זיידן די וויזניצער רבי'ן אויפן ניגון 'ובכן צדיקים', וינעו אמות הסיפים.


מיט ברכת המזון איז נתכבד געווארן הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא, און מיט די שבע ברכות זענען נתכבד געווארן די פעטער'ס פון ביידע צדדים: הגה"צ רבי יהושע שלום ווייס דומ"ץ ספינקא, אב"ד סעליש, אב"ד בעת ישראל סידערהוירסט, הרה"צ רבי משה מרדכי כץ דומ"ץ וויען, און ברכה אחריתה הגה"צ אב"ד טאמאשוב שליט"א. נאכן בענטשן האט דער בדחן ר' משה שמואל ראזנבערג אנגעהויבן אויפצורופן די זיידע'ס, כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, דערנאך הגה"צ אב"ד אולם שליט"א, דערנאך די מחותנים אבי החתן הגה"צ אב"ד ברעזשאן שליט"א און די אבי הכלה הרה"צ ר' חיים מאיר האגער שליט"א, און הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלא, אויך איז געטאנצן מיטן חתן הרבני הנגיד ר' חיים שטערן הי"ו פון קווינס נאנטער מקורב ביי האד' מוויז'ניץ און א פעטער מצד החתן.


צום שלוס פון די געהויבענע שמחת החתונה האט מען אויפגערופן דעם גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, ברגשי התעלות האט דער רבי אפגעראכטן די ריקודין קדישין לפני הכלה, דערנאך מיטן חתן, און דערנאך א עקסטערע ריקוד מיטן מחותן הרה"צ ר' חיים מאיר און די בני המשפחה. עס איז שוין געוועהן נאך 6:00 אינדערפרי ווען מען האט געענדיגט די שמחה הרוממה.























































































































































Comments


bottom of page