מיטוואך פ' שלח • כ' סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
חסידי וויזניץ אין בני ברק האבן היינט מיט צער און ווייטאג באגלייט למנוחות דעם עסקן הדגול לכל קדשי חצר הקודש וויזניץ, ר' ישראל נח הלוי וויזל ז"ל וועלכער איז פריצייטיג נפטר געווארן אינעם יונגן עלטער פון 31 יאר נאכ'ן זיך מוטשען ל"ע מיט די ביטערע מחלה די לעצטערע תקופה.
ר' ישראל נח איז געווען אן ענערגישער עסקן נמרץ, מסור בלב ונפש און רוח החיים פון עסקנות פאר אלע מאורעות בממלכת וויזניץ, און ווי א געטרייער זעלנער געשטאנען אלעמאל גרייט מיט א מסירת נפש לעשות רצון קדשו פון מורו ורבו מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א. ר' ישראל נח האט זוכה געווען צו א קירבה יתירה בבית המלך, און דער וויזניצער רבי פלעגט שטענדיג אויסדרוקן זיין קורת רוח און הנאה פון זיין עבודת הקודש. אין די לעצטע תקופה האט זיך ר' ישראל נח שטארק געמוטשעט מיט די ביטערע מחלה, אבער פארט אנגעגאנגען מיט מסירת נפש, ביז'ן לעצטן טראפ כח, אין זיינע עסקנות'דיגע ראלעס.
נעכטן נאכט ביי די גרויסע חתונה בחצר הקודש סקווירא און וויזניץ אין שיכון סקווירא, האט מען איבערגעגעבן די שווערע בשורה פאר מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א איבער די פטירה פון ר' ישראל נח, און ס'האט זיך דערקענט ווי דער רבי נעמט זייער שווער אויף דעם פארלוסט. די לוי' איז ארויס היינט פארמיטאג פון ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ בני ברק וואו מ'האט שטארק באוויינט די פריצייטיגע פטירה פון דעם עסקן הדגול וואס האט איבערגעלאזט א גרויסן חלל בחצר הקודש וויזניץ.
דאס קומט אין א בחינה פון לקתה בכפליים, נאכדעם וואס מ'האט בלויז א טאג פריער באגלייט א יונג ווייבל, אשת הרה"ג ר' אברהם גייגער שליט"א ראה"כ אין שיכון וויזניץ, אין יונגען עלטער פון 58 יאר, נאכ'ן נישט זיין געזונט די לעצטע שטיק צייט.
ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו, ויאמר לצרות ישראל די
Opmerkingen