דינסטאג לך לך • ד' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילד קרעדיט: שלומי טריכטער, JDN
דאס חרדישע אידנטום אין אמעריקא און ספעציעל חסידי ואוהדי בית רוזשין גרייטן זיך צו ענטפאנגען מיט גרויס כבוד דעם געהויבענעם גאסט פון ארץ הקודש כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א זקן אדמור"י בית רוזשין ומחשובי האדמורי"ם בעיר ה' שמה וועלכע קומט אן אויף א באזוך פון צוויי וואכן אין אמעריקא מאציל צו זיין מזיו הודו והדרו אויף קהל עדת צאן מרעיתו.
די רבי שליט"א קומט צופארן לרגל השמחה במעונו, די חתונה פון א אייניקל, די כלה א טאכטער ביי בנו חביבו הגה"צ ר' יהושע העשיל פלינטשנטיין שליט"א רב ביהמ"ד אור יהושע קאפיטשניץ אין לעיקוואד, מיט די חתן א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מביאלא לאנדאן שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרב דוד אלימלך פינטער שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק ביקאווסק בני ברק זצ"ל, די חתונה קומט פאר בקול צהלה ורנה מיטוואך פרשת חיי שרה י"ט חשון אין שטאט לעיקוואד במקהלות עם רב חסידים ואנשי מעשה מעריצים ואוהדים.
די רבי שליט"א וועט שוין אנקומען קיין ניו יארק דעם קומעדיגן מאנטאג פרשת וירא, און וועט זיך אויפהאלטן אין לויף פון די וואך אינעם היימישן ישוב אין סטעטן איילענד, וואו עס איז פארהאן א שיינעם קאפיטשניצער ביהמ"ד וועלכע דינט אלס א לייכטורעם פאר די גאנצע שטאט, און האט א געהאט גרויס חלק אין אוועקשטעלן דעם חסידישן יישוב אין סטעטן איילענד.
שבת פ' וירא וועט דער רבי פראווענען שבת אין סטעטן איילענד, בבית מדרשו אין שטאט, מוצאי שבת קודש וועט פארקומען די מעמד הנחת אבן הפינה לרגל די הרחבת הגבולים מיטן פארברייטערן און פארגעסערן דעם קלויז, נאכגעפאלגט מיטן סעודת מלווה מלכה און א דינער לטובת די קרן הבנין פארן ביהמ"ד.
א שבת דערויף פרשת חיי שרה וועט די רבי שליט"א וויילן אין שטאט לעיקוואד לכבוד די שבת של שמחה די שבע ברכות בבית מדרשו 'אור יהושע' קאפיטשניץ אין שטאט לעיקוואד, צומארגנס זונטאג פרשת תולדות וועט פארקומען די פריידיגע מאורע און שמחה כפולה, די צענטראלע שבע ברכות קאמבענירט מיט די הנחת אבן הפינה פארן נייעם בנין גדול ומפואר וואס וועט דינען אלס אכסניא של תורה ותפילה פארן ביהמ"ד אור יהושע קאפיטשניץ אין לעיקוואד, עס וועט דערביי וועט זיין א געלעגנהייט פאר תושבי לעיקוואד מקבל זיין את פני הקודש בזמן שהצדיק בעיר.
Comments