top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הילולא קדישא פון הגה"ק מהרי"צ דושינסקיא זי"ע אפגעראכטן ערב יו"ט סוכות בצל נכדו האד' מדושינסקיא

מאנטאג לך לך • ג' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעידט: שלומי טריכטער, JDN

 

דעם ערב חג הסוכות, איז אפגעצייכענט געווארן די יומא דהילולא קדישא פונעם מרא דארעא דישראל מרן הגה"ק מהרי"צ דושינסקיא זי"ע. לרגל די הילולא קדישא האט נכדו כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א געפראוועט דעם שולחן הטהור ערב סוכות ליל י"ד תשרי אין בית המדרש הגדול היכל מהרי"צ דושינסקיא, וואו דער רבי שליט"א האט אויפגעטראטן מיט לענגערע דברי תורה במשנתו הטהורה, איבערזאגנדיג א "סוגיא" פון אלטן רבי'ן זי"ע. דאן האבן אויפגעטראטן עטליכע זקני התלמידים שליט"א וועלכע האבן ארומגערעדט א לענגערע צייט במשנתו של בעל ההילולא, און האבן ארויסגעברענגט פילע שטריכן פון די הייליגע הנהגה און מסורת הדורות וואס דער אלטער רבי זי"ע האט איבערגעגעבן פאר די תלמידים. צומארגנס ערב חג הסוכות האט דער רבי שליט"א געדאוונט תפילת שחרית כוותיקין, און נאכ'ן לימוד המשניות איז מען אינאיינעם ארויף פּוקד זיין ציון קדשו, און מתפלל געווען פאר'ן כלל און פאר'ן פרט.




Comments


bottom of page