top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד התייסדות און הנחת אבן הפינה פון נייע גערער ישיבה "בית טענענבוים" אין בית שמש

זונטאג פ' מקץ • כ"א כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

א היסטארישע מעמד פון הרחבת גבולי הקדושה איז פארגעקומען נעכטן מוצאי שבת במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א ווען עס איז מיט רגש דקדושה געלייגט געווארן דער גרונדשטיין פארן פראכטפולן נייעם בנין גדול ומפואר ישיבה הקדושה 'בית טננבוים' דחסידי גור אין שטאט בית שמש.


די נייע ישיבה וועלכע וועט מיטן אויבערשטנס הילף עפענען אירע טויערן צום קומעדיגן שנת הלימודים תשפ"ו, וועט זיין סטאנציאנירט אויף א שטח רחבת ידיים הארט נעבן ישיבת פני מנחם דחסידי גור אין שטאט בית שמש.


די מעמד כינוס היסוד איז פארגעקומען אין שפיץ פון די נשיא הישיבה די רבי שליט"א אויף א פריוואטע פארנעם מיט די השתתפות פון בלויז פון משפחת טענענבוים הנכבדה וועלכע טראגן די עול פון די נייע ישיבה און וויילן אצינד אין ארץ ישראל לרגל א שמחה אין די משפחה.


אנהייב פונעם מעמד איז פארגעקומען א סיום מסכת און מען האט געזינגען ניגוני תורה, דער רבי שליט"א האט פארטיילט מזונות און לחיים פאר די חשובע נדיבים און אנגעוונטשן מברכות קדשו לרוב, דערנאך האט אויפגעטרעטן הנדיב הנכבד הרב מרדכי טענענבוים וועלכע האט ארויסגעברענגט רגשי לבבו פון די געוואלדיגע זכיה אוועקצושטעלן א נייע ישיבה אין די גערער תורה אימפעריע וואס וועט טראגן די נאמען פון זיין אומפארגעסליכער פאטער הרה"ח ר' מיכאל יצחק טענענבוים ז"ל וואס האט בחייו זוכה געווען אוועקצושטעלן די ישיבה הקדושה 'פני מנחם' אין שטאט בית שמש וואס האט שוין ארויסגעגעבן הערליכע פירות בסייעתא דשמיא.


צום שלוס פונעם מעמד - וועלכע האט זיך פארצויגן פאר איבער א האלבע שעה, האט דער רבי פארטיילט פירות פאר אלע משתתפים די חשובע תומכי הישיבה נדיבי עם קודש.







Hozzászólások


bottom of page