top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד פתיחת שערים פון נייע ישיבה לצעירים דחסידי צאנז אין ביתר בראשות האד' מצאנז

מאנטאג פ' נצבים - וילך • כ' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

‎בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך

 

דעם דינסטאג העעל"ט איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט ביתר, וואו די רבי האט כמידי שנה בשנה אויפגענימען דעם ציבור חסידים לקראת די הייליגע טעג, ביים אנקומען אין שטאט איז דער רבי צוגעפארן אויף א באזוך אינעם נייעם ישיבה לצעירים דחסידי צאנז וואס האט זיך געעפענט צו דעם זמן הלימודים חודש אלול, דער רבי האט באגריסט די דייני ק"ק צאנז אין ביתר, די צוות והנהלת הישיבה ובראשם בנו הגה"צ רבי יוסף משה דוב הלברשטאם רב דחסידי צאנז אין אמעריקא וראש ישיבות צאנז, און דערנאך קובע געוועהן א מזוזה ביים אריינגאנג צום בנין הישיבה.


דערנאך איז די רבי אריין אינעם היכל הישיבה און זיך ארומגעדרייט בשעתן סדר וואו די רבי האט אויסגעדריקט קורת רוחו פונעם הילכיגן קול תורה און גלייכצייטיג די גשמיות'דיגע השקעה וואס די הנהלת הישיבה האט אריינגעלייגט למען לא יחזג המזג די בחורים זאלן קענען לערנען מיט הרחבת הדעת. עס איז דאן געפייערט געווארן די מעמד חנוכת הבית פונעם ניים ישיבה, וואו דער מנהל רוחני האט איבערגעגעבן א כוללות קוויטל און שעות רצופות פון די תלמידי הישיבה. די רבי שליט"א האט משמיע געוועהן דברות קודש לכבוד המאורע און דערנאך זענען אלע בחורים דורך מקבל צו זיין ברכת קדשו פונעם רבי'ן שליט"א צום נייעם יאהר.


נאכן מעמד איז די רבי אנגעקומען צום צאנזער ביהמ"ד אין שטאט וואו עס איז געוועהן זמני כניסה פאר די חסידים תושבי העיר, בין הנכנסים אל הקודש פנימה זענען אריין: די מרא דאתרא הגה"צ רבי חיים ווייס גאב"ד ביתר, הגה"צ גאב"ד בודאפעשט און דער מעיאר פון שטאט הרב מאיר רובינטשיין.




Comments


bottom of page