זונטאג פ' עקב • י"ד אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שראלי ב. - JDN
פילע הונדערטער חסידים ואנשי מעשה האבן מיטגעלעבט א ליכטיגע נאכט פון תנו שבח ושירה ביי די פייערליכע סעודת הודאה מוצש"ק נחמו בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א, וואס איז פאראיבער מיט א זעלטענע געהויבנקייט און לענגערע שעה'ן התרוממות הנפש, און זיך פארצויגן ביז שוין נאך "האלב זעקס" זונטאג פארטאגס.
דער מעמד ההודאה לרגל הצלה ושחרור פון צדיקי בית סקולען זי"ע ויבלחט"א כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א לרפו"ש, איז פארגעקומען אינעם היכל ביהמ"ד הגדול סקולען מאנסי, וואס איז געווארן אויסגעשטעלט מלא על כל גדותיו מיט די מאקסימום זיץ פלעצער און הויכשטאקיגע פארענטשעס, צו קענען אקאמאדירן דעם מאסן פלייץ חסידים ומעריצים. טראץ דעם ריזן ערוואטעטן ציבור, איז די סעודת הודאה נישט אפגעראכטן געווארן אין א גרעסערן זאל, לאור קריאת הקודש פונעם רבי'ן שליט"א, וועלכער האט געמאלדן פאר די עסקנים אז צוליב'ן שווערן מצב הבריאות ביי אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, זאל מען נישט מאכן אויף א גרויסן פארנעם, און נישט הענגען צעטלעך אין די שטאט.
ארום א פערטל נאך איינס שוין נאך חצות הלילה איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד און זיך תיכף ארויסגעלאזט אין ריקודין עילאין להודות ולהלל אויף די גרויסע ניסים. קורץ נאכ'ן ערשיינונג פונעם רבי'ן איז שוין דער ביהמ"ד געווען איבערגעשטאפט און די עסקנים זענען געווען געצווינגען צו פארשליסן די טירן מפני הסכנה. דורכאויס די נאכט האט מען ביסלעכווייז אריינגעלאזט דעם ציבור וואס האט געווארט אינדרויסן, און אזוי האבן זיך כסדר געטוישט משמרות, געבנדיג די געלעגנהייט פאר אלפי ישראל מיטצולעבן די געהויבענע שעה'ן ביים מעמד הודאה.
נאך די פיש האט דער רבי שליט"א משמיע געוועהן א ספעציעלע שיחת הקודש, זייענדיג מעורר רחמים איבער'ן שווערן מצב הבריאת ביים ברודער, מרן ישעי' יעקב בן רייזל שליט"א לרפו"ש, זאגנדיג מיט א קול חנוק מדמעות אז מי שעשה ניסים לאבותינו, הוא יגאל אותנו בקרוב, אויסגעלייזט צו ווערן פון די פרטיות'דיגע צרה, אין אזא גרויסן טאג ווען די שערי רחמים זענען אפן.
נאכדעם האט דער רבי שליט"א פארגעזינגען מיט גרויסע בכיות דעם סקולענע "יודע בגוים", און נאך ניגוני דביקות ושמחה פונעם סקולענע אוצר הניגונים. דערנאך האט זיך דער רבי שליט"א אויפגעשטעלט טאנצן בעוז ותעצומות, פאר קרוב צו א האלבע שעה. נאכ'ן זינגען די זמירות למוצ"ש האט זיך דער רבי שליט"א ווידער ארויסגעלאזט אין ריקודין עילאין, פאר איבער 20 מינוט.
דער זייגער האט געוויזן שוין האלב זעקס פארטאגס, ווען מ'האט געבענטשט, און דער רבי האט משמיע געווען יסודות'דיגע דברות קודש והדרכה במשנתם של בעלי הנס זי"ע, באזונדער איבער'ן כח התפילה און דאווענען מיט מנין, און איבער די פגעי הטעכנאלאגיע. צום שלוס האט דער רבי שליט"א ווידער מעורר געווען איבער'ן פליכט צו מעתיר זיין בתפלה ותחנונים פאר'ן ברודער, זאגנדיג בזה"ל "דער הייליגער לעכטיגער ברודער מרן ישעי' בן רייזל דארף האבן א גרויסע רפואה". עס איז שוין געווען לעכטיג אינדרויסן ווען דער רבי האט פארלאזט דעם ביהמ"ד, און דער ציבור צעשפרייט זיך מיט געהויבענע הרגשים מלא התרוממות.
Comments