דאנערשטאג פ' אמור • ח' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
אין ליכט פון די פארשליסונג אויפ'ן אתרא קדישא מירון דעם קומענדיגן ל"ג בעומר, טוען חסידי תולדות אברהם יצחק נעמען א נחמה פורתא אז מ'וועט זיך קענען משמח זיין בשמחת התנא אלקי סמוך ונראה, אין די גלילות פון מירון, ביי די הדלקה רבתי וואס כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וועט מדליק זיין בראש קהל חסידיו אין די אויפבליענדע ישוב פון חסידי תולדות אברהם יצחק אינעם הר יונה געגנט, וואס געפינט זיך גאר נאנט צו מירון.
לויט די באשטעטיגטע פלענער וועט דער רבי זיך אהיימקערן פון אפרו אין בית שמש קומענדיגן ענדע וואך פר' בהר, און אפרעכטן דעם שבת ערב ל"ג בעומר אין בית מדרשו הגדול אין ירושלים, און מוצאי שבת אפרעכטן די יערליכע הדלקה אין ירושלים. צומארגנס זונטאג וועט זיך דער רבי ארויסלאזן קיין הר יונה, אין באגלייטונג פונעם גאנצן ציבור חסידים זקנים עם נערים, וואו דער רבי וועט באש קודש און התעוררות עילאה אפרעכטן עבודת קדשו בהדלקת המדורה לכבוד התנא אלקי. דערנאך וועט דער רבי אפרעכטן דעם שולחן הטהור לכבוד היום, און שפעטער פארבלייבן אין הר יונה אויף אפרו אויף עטליכע טעג במעון קדשו אינעם געגנט.
Komentarze