זונטאג פ' וישב • י"ד כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: JDN
דעם שב"ק פ' וישלח איז המקובל הגה"צ רבי יצחק משה ארלנגר שליט"א געוועהן צוגאסט אין אנטווערפען כמנהגו יעדעס יאהר צו וויילן א שבת במחיצת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, מיט וועם דער רב שליט"א טוט אנהאלטן א קשר עליון רבות בשנים. פרייטאג צונאכטס האט דער רב שליט"א אפגעראכטן די סעודת שבת בבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' מרדכי פאמעראנץ הי"ו משב"ק אדמור"י בית פשעווארסק. די סעודה האט זיך פארצויגן ביז שפעט אין די נאכט אריין, וואו א גרויסן ציבור תושבי העיר האבן מיטגעהאלטן דעם שולחן הטהור, צווישן זיי די קינדער און איידימער פון כ''ק האדמו''ר מפשעווארסק שליט''א בשליחות הקודש.
מוצאי שבת איידער מלוה מלכה איז הרה"צ רבי יצחק משה שליט"א אריין אל הקודש פנימה צום רבי'ן שליט"א, וועלכער האט זיך נאכגעפרעגט איבער די ביהמ"ד און די שיעורים תמידים כסדרן בתורת הקבלה. ביים מלוה מלכה האט דער רבי שליט"א מכבד געוועהן דעם חשובן גאסט מיט ברכת המזון על הכוס.
Comments