דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
א הערליכע מעמד לכבודה של תורה איז אפגעהאלטן געווארן געווארן אין די גרויסער מירער ישיבה אין ירושלים וואו עס איז פארגעקומען די מעמד סיומי הש''ס בבלי אין ירושלימי וואס די טויזנטער תלמידי הישיבה אין אברכי הכולל האבן געלערנט און מסיים געוועהן 55 מאל! לרגל די יארצייט פונעם אומפארגעסליכן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי נתן צבי פינקל זכר צדיק לברכה וואס געפאלט אין די טעג, די מעמד איז באשיינט געווארן דורך דער זקן ראשי הישיבות הגאון הגדול רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א וועלכע איז - בטירחא דגופא אנגעקומען אויף א ביקור כבוד אין ישיבה.
ביי די מעמד האבן זיך משתתף געוועהן די הונדערטער נגידים וועלכע זענען געקומען צו פארן מעבר לים אנטייל צו נעמען ביי די יערליכע ירחי כלה צוגעשטעלט דורך די מירער ישיבה. דער ראש ישיבה האט משמיע געוועהן א לענגערע דרשה לכבודה של תורה ולומדיה און דערמאנט די גזירת גיוס בני הישיבות וואס איז צאינד עומד על הפרק.
Comentários