מאנטאג פ' שלח • י"ח סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
די וואך דאנערשטאג איז הרה"ג רבי שלום רוקח שליט"א נכדו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אנגעקומען קיין ניו יארק אויפצוטרייבן שטיצע לטובת דעם מאסיוון פראיעקט פון הקמת "קרית הישיבות" אין שטאט בית שמש, דאנערשטאג נאכמיטאג האט דער חשובער גאסט געלאנדעט אין די ניו יארק'ע באדנס, ווי עס זענען שוין דארט געווען פארזאמעלט דיינים וראשי הקהילה פון איבער אלע בעלזא בתי מדרשים איבער ניו יארק.
דער גאסט איז גלייך צוגעפארן צו זיין אכסני' אין מאנסי בבית הרבני הנדיב רבי אהרן גראסמאן הי"ו, ווען שפעטער איז פארגעקומען א עלעגאנטע מסיבה פאר א געקליבענער צאל נדיבים בעם וואס האבן געשנאדערט דעם ריזיגן סכום פון זעקס און צוואנציג טויזנט דאלער, און דערביי גע'חתמ'עט דעם שטר זיך אונטערנעמענדיג דעם גרויסן סכום. די הויכפונקט פון די מעמד איז געווען ווען דער חשובער גאסט האט אויפגעטראטן מיט א דרשה, און שפעטער האבן נאכגעפאלגט נאך דרשות פון נדיבים בעם, צווישן זיי העסקן רבי אליקים שטארק הי"ו פון ארץ ישראל. פרייטאג האט הרב שלום געדאווענט אינעם בעלזא שטיבל אויף דעקעיטער אין מאנסי אינאיינעם מיט אלע תלמידי הישיבה פונעם שטאט. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לקח אין ברוינפן קאמבאנירט מיט די מסיבת קבלת פנים. פארמיטאג האט הרב שלום שליט"א מנחם אבל געווען רבי שמואל אלטר שפירא שליט"א מדייני בעלזא מאנסי נכד כ"ק אדמו"ר מנאראל שליט"א וואס איז געזעסן שבעה נאך א קינד ל"ע.
נאכמיטאג איז דער חשובע גאסט אהינגעפארן קיין בארא פארק ווי עס איז געפראוועט געווארן א זעלטן דערהויבענע שבת, אינאיינעם מיט די הונדערטער חסידי בעלזא פון בארא פארק. די תפילות דורכאויס דעם העכטס-געהויבענע שבת זענען געווען צוטיילט אין די שטיבלעך, פרייטאג-צונאכט'ס האט מען געדאווענט אינעם שטיבל פון פופצן ביי פופציג, ווען איידער קבלת שבת האט מען געהאט די זכי' צו הערן גאר ווארימע דיבורים זיך צוגרייטנדיג צום געהויבענעם שבת. דער סעודה פון פרייטאג צונאכטס איז געפראוועט געווארן בבית העסקן רבי צבי יעקב שווייצער הי"ו יושב ראש קרן הבנין פון די נייע מבצר הכוללים וואס ווערן געבויט, און האט זיך אזוי אויך מחייב געווען מיט א גרויסן סכום לטובת די ישיבה. שבת אינדערפרי זענען געפראוועט געווארן די תפילות אינעם גינגאנטישן זאל פון די בעלזער ת"ת בהשתתפות די בחורים פון אלע דריי ישיבות. הרב שלום שליט"א האט עולה געווען שישי און געדאווענט מוסף פארן עמוד. און די סעודה איז פארגעקומען בבית האכסניא ביי הרבני הנגיד רבי אליעזר איגל הי"ו.
שלש סעודות איז געווען ספעציעל דערהויבן ווען אלע הונדערטער חסידי בעלזא פונעם שטאט זענען זיך צוזאמגעקומען אין די ריזיגע זאלן פון ת"ת, ווי מען האט געדאוונט מנחה און זיך געוואשן צו שלש סעודות, ווען הרב שלום שליט"א איז געזעצן אין צענטער פון אויבן אן צו דער זייט פון די חשובע דיינים. שפעטער האט מען געבענטשט ווען דערנאך האט מען געדאוונט מעריב און געמאכט הבדלה. נאך הבדלה האט מען געהערט דעם צענטראלן דרשה דורכן גרויסן גאסט וואו עס איז איבערגעגעבן געווארן די ברכת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, אין באגלייטונג פון הדרכות ישרות לכל העם הנאספים לרגל די ימי הקיץ. די דרשה איז געזאגט געווארן אויף א מייק כדי די גאנצע ציבור זאל קענען מיטהאלטן די פייערדיגע ווערטער. מוצאי שב"ק איז פארגעקומען א הערליכע מלוה מלכה אינאיינעם מיטן מגבית לטובת הבנינים החדשים וואס ווערן געבויט.
נעכטן זונטאג אינדערפרי האט דער גאסט געדאווענט שחרית אין די בעלזער שטיבל אויף 43 וואו ער האט געלייגט תפילין פאר זעקס בר מצוה בחורים בליע"ה און געדינט אלס סנדק ביי עטליכע בריתן נאכן דאווענען. נאכמיטאג האט דער חשובע גאסט באשיינט דעם מעמד החומש סעודה פון די ילדי כתה א' אין די בעלזער תלמוד תורה, וואו ער האט פארגעליינט דעם מכתב קודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א לכבוד המאורע, און דערביי משמיע געווען קורצע דברי ברכה. אזוי אויך האט הרב שלום שליט"א זיך משתתף געווען ביים גרויסארטיגן לוי' פונען משגיח הגאון הצדיק רבי משה וואלפסאן זצ"ל רב דקהל אמונת ישראל. שפעטער אין טאג איז ער אריבער קיין לעיקוואד ווי ער איז ארויף צו נדיבים בעם וואס האבן זיך משתתף געווען מיט סכומים הגונים לטובת די בניני הישיבה.
Comments