top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אדמור"ים רבנים אין אישי ציבור ביים חתונה פונעם לעגענדארע וויז'ניצער הויז בחור

דאנערשטאג פ' כי תבוא - י"ד אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


אין שטאט בני ברק איז נעכטן פארגעקומען די שמחת החתונה פונעם לעגענדארע וויז'ניצער הויז בחור החתן יוסף שמעון שעכטער משב''ק מרן האדמו''ר מוויז'ניץ שליט''א. ביים חופה בחצר ביתו נאווה קודש האט די וויז'ניצער רבי אין אן אויסנאמליכע שריט מסדר קידושין געווען לכבודו פונעם הויז בחור יד ימינו אזויפיל יאהר.


שפעטער אויפדערנאכט איז די רבי ערשינען צום שמחת החתונה אין די ארמונות חן זאל, וואו די רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד מיטן חתן, מחותנים אין זיידעס. דערנאך האט די רבי מכבד געוועהן הרה''ח ר' בנימין בוקסבוים פון וויליאמסבורג משמח צו זיין דער חתן בעת די רבי האט געפאטשט מיט די הענט צו יעדנס פרייד.


במשך די שמחת החתונה האט זיך אנגעזעהן דאס השתתפות פון הונדערטער חסידי וויז'ניץ אין פילע אדמורי"ם רבנים אין אין אישי ציבור צווישן זיי: האדמורי"ם מוויזניץ בית שמש, פיטסבורג, שאץ, פאשקאן, הרה"צ המשפיע רבי נחמן בידרמאן מלעלוב, הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ, הגה"צ רבי חיים הערש מייזליש ראש ישיבת סאטמאר בני ברק, הרה"צ רבי יעקב מרדכי האגער אב"ד וויזניץ אלעד בן מרן אדמו"ר מוויזניץ, הרה"צ ר' אשר ראזנפעלד בנו הגדול פון האדמו"ר מדאראג, הרה"צ ר' ישראל האגער בן הגה"צ בעל 'אור שלום' מוויז'ניץ ב"פ זצ"ל און נאך פיל.


















































































Comentários


bottom of page