top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מצאנז קלויזנבורג באזוכט ביים שטח הבני' פון גיגאנטישער בנין התלמוד תורה צאנז קלויזענבורג אין קרית צאנז לעיקוואד

מאנטאג פ' בשלח • ה' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

פאריגע וואך מיטוואך איז כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג שליט"א אנגעקומען אויף א קורצע באזוך אין שטאט לעיקוואד צו באשיינען ביי די רבישע חתונה פון א אייניקל ביי גיסו כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א און גיסו הגה"צ אבד"ק לינז שליט"א, וואו דער רבי איז געוועהן א דאפלטע פעטער ביי די שמחה.


דער רבי שליט"א האט איבערגענכטיגט אין לעיקוואד בביתו נאווה קודש אין טאמס ריווער, און געדאווענט שחרית צומארגנס ראש חודש אין ביהמ"ד אין קרית צאנז לעיקוואד.


נאכן דאווענען איז דער רבי שליט"א צוגעפארן צום שטח התלמוד תורה החדש דחסידי צאנז קלויזנבורג אין לעיקוואד וואו דער רבי האט זיך אומגעקוקט ביי די בוי ארבעט וואו מען גרייט זיך אויפצובויען א מאיעסטעטישן בנין אדיר ומפואר אלס פרעכטיגע אכסניא של תורה פאר די צאן קדשים, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די קומענדיגע בוי פאזעס און אנגעוואונטשן די עסקנים חברי וועד קרן הבנין.



Comments


bottom of page