מיטוואך פ' בהר - פסח שני • י"ד אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
צענדליגער נגידים ונדיבים בעם חסידי ואוהדי וויזניץ מאנסי האבן זיך נארוואס אהיימגעקערט פון אן אייגנארטיגע מסע הנגידים אונטערגענומען דורך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א קיין טאראנטא.
ביי די נסיעה האבן זיך משתתף געווען די נגידים וועלכע האבן בייגעשטייערט די פילאנטראפישע נדבה פון "הונדערט טויזנט" דאלאר פאר'ן קרית הישיבות אין נייעק, וואס האט אפגעקאסט שווערע מיליאנען אפצוקויפן און אריינברענגען אין באנוץ פאר די נעץ פון וויזניצער ישיבות, און אלס אות הוקרה האט דער וויזניצער רבי אפגעראכטן צוזאמען מיט זיי א פריוואטע נסיעה קיין טאראנטא, אפרעכטנדיג דעם "פסח שני טיש" אין שטוב פון הנגיד והטפסר המרומם ר' יעקב פעלדמאן, דער גרעסטער נדבן און עמוד התווך פון מוסדות וויזניץ מאנסי.
די נסיעה האט זיך ארויסגעלאזט דינסטאג נאכמיטאג, מיט א פריוואטע לוקסוריעזע טשארטער פון נוארק לופטפעלד. ארום זעקס אזייגער אווענט האט מען געלאנדעט אין טאראנטא, און מ'איז אריינגעפארן מיט א באס צום היימישן געגנט, צום שטוב פונעם בעל אכסניא ר' יעקב פעלדמאן. אנקומענדיג זענען די געסט אויפגענומען געווארן ביותרת הכבוד, און ס'איז סערווירט געווארן א רייכע טעימה, וואו מ'האט געהערט די פאסיגע דברי פתיחה פונעם באגאבטן רעדנער הרב ישראל שטערן פון לאנדאן און דערנאך פון הרב יעקב דוד ראזענבערג מנכ"ל מוסדות וויזניץ מאנסי. בשעת מעשה איז דער רבי שליט"א געזעסן אין א זייטיגע שטוב און אויפגענומען דעם ציבור מיט קוויטלעך, און דערביי איבערגענומען די סכומים אדירים, און געשאנקען פאר יעדן נגיד א מתנת קודש, א טייערע טלית מיט א זילבערנע עטרה, און א טלית בייטל מיט יעדנס נאמען אויפגעקריצט.
שפעטער נאך מעריב, ליל פסח שני, איז דער רבי שליט"א ערשינען צו די "פסח שני טיש", וואו ס'איז אויפגעגעבן געווארן א רייכע סעודה פון מאכלים און מצה לכבוד פסח שני. ר' ישראל שטערן האט געעפנט דעם מעמד און במשך די טיש געהאלטן געשפאנט מיט בליציגע רעיונות איבער'ן גודל הזכי' פון די אלע נגידים צו מסיב זיין על שלחן המלך אין אזא גרויסן טאג. דערנאך האט מען געהערט די הארציגע ווערטער פונעם בעל אכסניא הנגיד ר' יענקל פעלדמאן, וועלכער האט ארויסגעברענגט מיט התרגשות זיין זכי' וואס ער האט איינגעהאנדלט מיט'ן אפקויפן דעם שטח אדיר פונעם קרית הישיבות, וואס ווירבלט מיט תורה פון אזויפיל לעכטיגע בחורים, וואס שטייגן אויס לשם ולתהלה, לתפארת צדיקי בית וויזניץ זי"ע. אלס נואם הכבוד האט אויפגעטרעטן הרב יאיר אדלער שליט"א רב דקהל שואבי מים אין טאראנטא, און צום שלוס האט מען געהערט די ווארעמע דברות קודש וברכה פונעם רבי'ן שליט"א בשבח הנגידים און בפרט פונעם בעל אכסניא ר' יענקל וועלכער לאזט זיך אזויפיל קאסטן און איז ראש וראשון לכל קדשי בית וויזניץ.
די טיש איז פארענדיגט געווארן אום עלף אזייגער, און תיכף דערויף האט מען זיך צוריק געלאזט אין וועג צום לופטפעלד. אויפ'ן פליגער האט מען געהאט די זכי' אז דער רבי האט ברידערליך פארברענגט מיט די נגידים מיט סיפורי צדיקים און קורות הימים פון די צדיקי בית וויזניץ לדורותם. ביים אפשטייגן האט זיך דער רבי געזעגנט און באדאנקט פאר אלע נגידים, וועלכע צעגייען זיך מיט הרגשי קודש נאכ'ן מיטלעבן די געהויבענע שעות של קורת רוח בצל הקודש.
Comments