top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך דיין האמת: הרה"ג רבי יקותיאל יצחק בראך זצ"ל לאנגיעריגער מנהל תלמוד תורה סאטמאר בני ברק

פרייטאג פ' שמיני • כ"ו אדר ב' | בחצרות הקודש


מיט צער און טרויער האבן פילע אידן היינט ערב שבת באגלייט למנוחת עולמים, הרב הגאון רבי יקותיאל יצחק בראך זצ"ל אבד"ק נאנאש לאנג יעריגער מנהל אין די סאטמארע תלמוד תורה אין בני ברק וחבר הנהלת מוסדות סאטמאר בני ברק, וועלכער איז היינט נפטר געווארן אין בליענדן עלטער פון ניין און פופציג יאר, נאכן זיך מוטשענען א לענגערע צייט מיט די ביטערע מחלה ל"ע.


דער חשובע נפטר ר' יקותיאל יצחק איז געווען א זון פון הגה"צ ר' שמואל בראך זצ"ל רב דקהל אפסי ארץ נאנאש אין וויליאמסבורג, וועלכער האט געהאט די זכי' לשרת בקודש אלס הויז בחור ביי הרה"ק מסאטמאר זי"ע און אן איידעם ביי הרה"צ רבי אלימלך כהנא זצ"ל מספינקא בני ברק.


העכער 35 יאהר כולם שווה לטובה האט ער געדינט אלס מנהל אין תלמוד תורה יטב לב ד'סאטמאר אין בני ברק וואו ער האט מיט זיין געוואלדיגן כישרון אין חינוך מעמיד געוועהן תלמידים לאלפים, ער האט  אויך געדינט אלס גבאי נאמן אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון סאטמאר אין פלעג פארלערנען שיעורים תמידים כסדרם אין ביהמ"ד זייענדיג א פה מפיק מרגליות און א נואם בחסד עליון. א נאנטע קשר האט ער פארמאגט מיט הרה"ק בעל 'ברך משה' מסאטמאר זי"ע און בנו יבלחט"א כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א), וועלכער האבן זיך געטרויעט אויף ר' יקותיאל יצחק אין אלע עניני התלמוד תורה און נאך פארשידענע עסקנות.


די לוויה איז פארגעקומען היינט ערב שבת ביים סאטמארע ביהמ"ד אין בני ברק, וואו עס האבן מספיד געוועהן הרה"ג רבי חיים שלום קליין מרבני קהילת סאטמאר בני ברק, אחיו הרה"ג רבי יחזקאל בראך מרבני קהילת סאטמאר ירושלים און זיין זוהן הרה"ג רבי נחמן בראך אין נאמען פון די משפחה. פון דארט האט מען באגלייט דעם חשובן נפטר לקבורה אויפן בית החיים זכרון מאיר אין בני ברק, אויפן פעלד איז געהערט געווארן דברי הספד דורך א הוקאפ אויפן טעלעפאן הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א און הרה"ג מאיר צוויבל אב"ד קדושת יו"ט סאטמאר וויליאמסבורג.


תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.


Comentarios


bottom of page