מאנטאג פ' נשא • ד' סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שמואל דריי
א הערליכער ציבור נדבנים ותומכים פון חסידי משכנות הרועים האבן זיך פארזאמלט דעם פארלאפענעם זונטאג פרשת במדבר דער ערשטער טאג פון די שלשת ימי הגבלה ווען מען מאכט די ריכטיגע הכנה פאר קבלת התורה צו א מעמד אדיר "מה חיינו" צו שטעלן א יסוד איתן פאר די מוסדות הקדושים וואס זענען מסתנוסס לשם ולתפארת איבער ארצינו הקדושה על טהרת הקודש.
דאס קומט נאכדעם וואס די פילע הוצאות פון די מוסדות שלעפט אריין די געטרייע הנהלה אין א גרויסן בודזשעט וואס ליגט אויף די פלייצעס פון עטליכע יחידים, האבן אצינד חסידי משכנות הרועים געמאכט דעם ריכטיגן באשלוס ויאמרו הננו! אויסצושטרעקן א האנט צו ווערן שותפים בהחזקת המוסדות, וואס דאס באדייט אוועקשטעלן א פעסטער יסוד פארן עקזיסטענץ און צוקונפט פון די מוסדות הקדושים.
דער גרויסארטיגער כינוס לשם שמים איז פארגעקומען מיטן פולן פראכט און גלאנץ אין די הערליכע "קינגסטאן" זאלן אין שכונת נווה יעקב אין ירושלים עיר הקודש. צום באשטימטן שעה ווען עס זענען געעפנט געווארן די טויערן פונעם הערליכן זאל האט זיך אנטפלעקט א מחזה הוד פון רייכע געדעקטע טישן צוגעגרייט מיט א סעודה כיד המלך ווי עס פאסט פאר אזעלכע חשוב'ע נדיבים ותומכים וואס זענען מחזיק תורה בטהרה.
געעפנט דער מעמד האט דער ענערגישער און געטרייער מנהל המוסדות הרה"ג רבי נחמן כהנא שליט"א וואס האט במתק לשונו רייך געשילדערט די פילצאליגע פראיעקטן און אקטיוויטעטן פון די מוסדות הק', און אויפגעדעקט די דעטאלן פונעם מאסיוון בודזשעט וואס די הנהלה דארף דעקן מיט מסירות נפש ווען אלעס ווערט געפירט על טהרת הקודש אן צו נהנה זיין פון מקורות זרים, און ווער נאך ווי די היימישע חסידים קענען זיין די ריכטיגע העלדן צו שטיצן תורה בטהרה מיטן גאנצן געטריישאפט.
דאן איז פארגעקומען א הערליכער ספעציעלער פאנעל איבער דאס לעבן און שאפן פון מרן הרה"ק האדמו"ר רבי בנימין ראבינאוויטש זצוק"ל מייסד הקהילה, אינעם פאנעל האבן אנטייל גענומען די הערליכע חבורה: נכדו הרה"צ ר' אברהם ראבינאוויטש שליט"א זון פון כ"ק אדמו"ר מ'קאלאשין שליט"א, נכדו הרה"צ ר' אריה מרדכי דירנפעלד שליט"א זון פון הרה"צ רבי צבי דירנפעלד שליט"א חתנא דבי נשיאה, און זיין געטרייער משמש ונאמן ביתו הר"ר אשר זעליג חנון שליט"א מוציא לאור ספרי "עבודת בנימין". ביים פאנעל איז געהערט געווארן הערליכע שטריכן איבער די סדרי השבתים און סדרי הימים טובים בצל הקודש בהלו נרו פונעם רבי'ן זצ"ל על ראשינו.
דאן איז געהערט געווארן הערליכע דברי חרוזים דורך הרב גבריאל לעווי שליט"א וואס האט מיט ספעציעלע רייכע גראמען געשילדערט די הייליגע יסודות וואס רבינו הקדוש האט איינגעפלאנצט אין די קהילה קדושה און איבער דעם געוואלדיגן זכות אז די פארזאמלטע אין זאל נעמען אויף זיך דעם הייליגן עול צו פארזיכערן א המשכה פונעם רבי'נס ארבעט אז עס זאל האבן א קיום.
מיט א געוואלדיגע התרגשות האבן די פארזאמלטע זיך אויפגעשטעלט צו מקבל זיין פני קדשו פונעם מנהיג הקהילה דער רועה נאמן כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א וואס איז ספעציעל געקומען זיך משתתף זיין בטירחא דגברא רבא צו מחזק זיין די בני הקהילה וואס נעמען זיך אונטער דעם שותפות בהחזקת הקהילה.
בנוכחתו פונעם רבי'ן שליט"א האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אשר אייזנבאך שליט"א ממנהלי הקהילה אין שטאט בית שמש, וואס האט ארויסגעברענגט דעם געוואלדיגן זכי'ה צו העלפן אוועקשטעלן א יסוד איתן פאר די קהילה קדושה איבער ארץ הקודש, און ארויסגעברענגט ווי הערליך די קהילה און מוסדות אנטוויקלען זיך אין אלע סניפים און די היינטיגע נאכט איז דער שליסל פון די צוקונפט פון די קהילה קדושה און מוסדות.
דאן איז פארגעקומען דער רירנדער מעמד ווען די פארזאמלטע האבן אונטערגעשריבן אויף א "שטר שותפות" צו שטיצן די קהילה ומוסדות משכנות הרועים מיט גרויסע סכומים, ווען אלעס אין זאל דרוקט זיך אויס "אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו", ווען מיט יעדע פרישע חתימה קומט צו א גאלדענע רינגל אינעם הערליכן קייט פון הרבצת התורה בטהרה איבער ארץ ישראל, און עס ווערט פארזיכערט דעם כי לא תשכח מפי זרעו גיבנדיג א שטעמפל פארן עתיד פונעם "הייליגן ירושלימ'ער ווינקל" קהל ומוסדות משכנות הרועים בארץ הקודש.
א טאפנדער שטילקייט האט געהערשט אין זאל צוקומענדיג צום קלימאקס פונעם מעמד ווען אלע חסידים ואנשי מעשה האבן זיך צוגעהערט צו די דברות קודש און דברי ברכה וואס דער רבי שליט"א האט משמיע געווען מיט הערליכע דברי תורה בגודל החזקת התורה און די געוואלדיגע שמחה וואס עס שפירט זיך אז מען האט די זכיה אז אזא ציבור נעמט זיך צוזאם צו שטעלן א יסוד איתן פאר די קהילה ומוסדות איבער ארץ ישראל.
דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען ווארימע דברי חיזוק פאר די חסידים שטייענדיג אינעם וואך פון יום טוב שבועות קבלת התורה, און אויסגעפירט מיט ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור חסידים ואנשי מעשה נדיבים בעם שיחיו. ביים ענדע פונעם מעמד איז פארטיילט געווארן ספעציעלע מתנות אלס שעצונג און הכרת הטוב פאר כלל התורמים און דערמיט האט זיך געשלאסן דער געהויבענער מעמד.
קדשה לשעתו: דער מעמד איז געווען א שטיק קידוש השם בשעת מעשה, וקידשה לעתיד לבא, און דער מעמד האט באוויזן צו שאפן א געוואלדיגע קידוש שם שמים עד סוף כל הדורות ווען פאר שטענדיג וועלן די נדיבים בעם געדענקט ווערן מיט גאלדענע זכרונות אז זיי האבן געהאט די זכיה צו זיין פון די וואס האבן אפגעראטעוועט און געשטעלט אויף די ריכטיגע רעלסן קהל ומוסדות משכנות הרועים בארץ הקודש, אשרי להם ואשרי חלקם.
Comments