top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

למען הציל: "פוצפיג מיליאן" שוין געשאפן אין אמעריקע אין ערשטע צוויי טעג פון מסע הגדולים להצלת עולם התורה בארה"ק

מאנטאג פ' שלח • י"ח סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

יהדות אמעריקע איז איינגעהילט אין א טיפע באגייסטערונג מיטלעבנדיג היסטארישע טעג במחיצתם פון מרנן ורבנן גדולי מנהיגי העדה וראשי ישיבות וואס האבן אין א זעלטענע שריט מכתת רגליהם געווען מיט א געמיינזאמע קריטישע מיסיע אויפצוטרייבן היסטארישע ציפערן אפצוראטעווען די ישיבות וכוללים פון ארץ ישראל וואס שטייען אין א שרעקליכע סכנה פון צוזאמענבראך.


בכל מקום שרגלי גדולי הדור מגיע שמחה וששון ליהודים, די מחזה הוד וואס שפילט זיך ביי אלע שיכטן פונעם חרד'ישן אידנטום איז אומבאשרייבליך ווען מ'איז זוכה לראות ולקבל פני אדירי התורה וועלכע רייזן ארום מעיר לעיר מיט מסירת נפש בטלטולא דאורחא, באשיינענדיג א רייע באנקעטן און מסיבות נהדרות וואו די נגידי אמעריקע עפענען אויף די הערצער און טאשן אויף א זעלטענעם פארנעם, און יעצט שטייענדיג א קארגע צוויי טעג פון די מסע הצלה, איז שוין געשאפן געווארן די אומגלויבליך אסטראנאמישע סומע פון "פופציג מיליאן דאלאר", וואס איז א באדייטנדער פראצענט פונעם ציל פון אריבער "הונדערט מיליאן דאלאר" וואס מוז געשאפן ווערן דורכאויס די מסע הצלה.


נאכדעם וואס די ערשטע דעלעגאציע פון די גדולים האט געלאנדעט זונטאג נאכמיטאג, איז אפגעהאלטן געווארן די ערשטע אסיפת הנגידים, אין שטוב פון הנגיד ר' שמעון גליק, בעל אכסניא פון הגאון האדיר ר' דוב לאנדא שליט"א, מיט'ן השתתפות פון א געלאדענטע צאל נדיבים בעם, וואו די ראש ישיבה האט משמיע געווען דעם זעקת התורה און מיט טרערן אין די אויסגעשריגן פאר די אידן אין אמעריקע "ראטעוועט"! דערנאך האט מען געהערט די דיבורים נרגשים פון הגאון המשגיח רבי דן סג"ל שליט"א איבער'ן שרעקליכן מצב השמד אין ארץ ישראל, וואס די רשעי המדינה עומדים עלינו לכלותינו, און מ'מוז זיך אנגארטלען מיט די שטערקסטע כוחות להפיר עצת ערומים.


שפעטער נאכמיטאג, איידער'ן גרויסן מעמד קבלת פנים אין לעיקוואד, איז פארגעקומען א פרישע אסיפה פאר נגידים בעם, אין שטאט לעיקוואד, געווידמעט פאר נגידים נכבדים וואס האבן זיך אנגעשלאסן אינעם נייעם קרן פאר הצלת עולם התורה אין ארץ ישראל מיט חודש'ליכע סכומים, די אסיפה איז באקרוינט געווארן דורך הרבנים הגאונים ראשי ישיבת לעיקוואד, וועלכע האבן אנגעווארעמט איבער'ן חובת השעה.


דעם היינטיגן מאנטאג פארמיטאג איז אפגעהאלטן געווארן אין פלעטבוש א גאר רייכע מסיבה אין שטוב פון הנגיד ר' ברוך גארפינקעל, אין שפיץ פון אלע גדולי ישראל משתתפי מסע הצלה, וואו עס איז אויפגעטריבן געווארן פאנטאסטישע סכומים פאר'ן נייעם קרן.


אינעם קלימאקס איז פארגעקומען די צענטראלע אסיפה, דער זעלטענער גראנדיעזער באנקעט, היינט אויפדערנאכט, אין מאנהעטן, אין די אפיסעס פונעם טפסר המרומם הרב וואלף הערצקא, פאררופן צוזאמען מיט שותפיו לדבר הצלה, הנגידים המפורסמים ר' שמעון גליק, ר' ראובן שרון, און נאך לעגענדארע עשירים אדירים. די אסיפה קומט פאר אין שפיץ פון אלע גדולים, סיי וואס זענען אנגעקומען נעכטן זונטאג, און דאס זעלבע איז מפאר בתוך עדת הצדיקים די פרישע אורחים דגולים וואס האבן זיך היינט אנגעשלאסן אין די מסע הצלה, מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א און הגאון רבי משה חיים דענדעראוויטש שליט"א ראש ישיבת שפת אמת בשליחות הקודש פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, ובהתאסף ראשי עם מנהיגי שבטי ישורון, מיט'ן השתתפות פון די ליטווישע ראשי ישיבות אין אמעריקע, אונטער א זעלטענעם היסטארישן אחדות ואיז ביי דעם כינוס לצדיקים ותומכי ומצילי תורה אויפגעטריבן געווארן ריזיגע סכומים אדירים, אויף אן אופן וואס איז נאך ביז היינט נישט געהערט געווארן.


די מסע הגדולים וועט מארגן דינסטאג פארזעצן אריבער דעם גרעניצן קיין קאנאדא, און וועלן ערשיינען בשערי עיר טאראנטא, וואו עס וועט צוערשט אין די פארמיטאג שעה'ן פארגעקומען א באנקעט פאר די ארטיגע תומכים, אין שטוב פון הנגיד ר' בנציון הייטנער, און שפעטער נאכמיטאג וועט פארקומען די גרויסע קבלת פנים אין די זאלן פון "בית יעקב" אויף סאערנעק באלעווארד, במעמד אלפי ישראל תושבי העיר.


יהדות אמעריקע התעוררי התעוררי


























bottom of page