דינסטאג פ' בהעלותך • י"ב סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
דעם זונטאג נאכמיטאג איז פארגעקומען אין בארא פארק די מעמד החומש סעודה פון די תלמידי מוסדות סאטמאר אין בארא פארק, עס איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב ד'סאטמאר אויף צוויי און פופציג אין שפיץ פון די נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, און מיט די השתתפות פון די הונדערטער עלטערן און זיידעס פון די קינדער צווישן זיי פילע אדמורי"ם רבנים ואנשי שם.
ביים אנקומען האט זיך די רבי שליט"א באגריסט מיט די אדמורי״ם ורבנים אויפן אויבנאן און איז ענטפאנגען געווארן דורך די ילדי התשב"ר מיט עטליכע ניגונים לכבוד המאורע, דער רבי האט פארטיילט א סידור פאר אלע קינדער, און דערנאך אויפגעטרעטן מיט קורצע דברות קודש און צוגעענדיגט מיט ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור, דאן האט דער רבי געטרינקען לחיים, און אנגעוואונטשן פאר די קינדער און זייערע עלטערן, און דער ציבור איז אדורך וואונטשען לחיים.
Comments