זונטאג פ' עקב • י"ד אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: JDN
פארלאפענעם וואך האבן חסידי טשערנאביל אינעם נייעם חרדישן יישוב הר יונה מקבל געוועהן את פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א וואס איז אנגעקומען אויף א באזוך בקרב חסידיו אין הר יונה, וואו דער רבי האט מעריך געוועהן שולחנו הטהור לכבוד ראש חודש אינאיינעם מיט די מעמד ההכתרה פאר הרה"ג ר' אהרן פאלאק שליט"א בן הגה"צ אב"ד גראסוואדיין סטעטן איילענד און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר משאץ וויזניץ שליט"א וואס איז אויפגענימען געווארן אלס דיין ומורה צדק דק"ק טשערנאביל אין הר יונה.
עס האט זיך אויך משתתף געוועהן כ"ק אדמו"ר משאץ וויזניץ שליט"א, שווער פונעם דיין וועם דער רבי האט מכבד געוועהן אויפצוטערטן מיט דברי תורה, דער רבי שליט"א האט דאן משמיע געוועהן דברי אלוקים חיים איבערלאזנדיג ברכות לרוב פארן דומ"ץ ער זאל זעהן פיל הצלחה און סייעתא דשמיא אין זיין עבודת הקודש להורות הוראה בישראל. צום שלוס פונעם מעמד זענען אלע אינגעלייט חברי הקהילה דורך וואונטשן לחיים און מקבל זיין ברכת קדשו פונעם רבי'ן שליט"א.
Comentários