מאנטאג פ' נצבים - וילך • כ' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
חסידי וויזניץ פאלגן נאך מיט פרייד די ווידער-אויפלעבונג פונעם מאסיוון בוי פראיעקט פונעם נייעם גיגאנטישן מרכז העולמי 'ישועות משה' דחסידי וויזניץ אין שטאט בני ברק, וואס איז באנייט געווארן מיט א פרישקייט ביתר שאת ועז, ביי די קאלאסאלע שטח הבני' וואס רוישן מיט טראקטארן און עושי המלאכה בלי הרף.
דאס קומט נאך קרוב צו א דריי פערטל יאר וואס די בוי ארבעט איז געווארן אפגעשטעלט, אויסווארטנדיג אויף די ענדגילטיגע פערמיטן און ווי אויך צו ענדיגן מסדר זיין די אינשורענס פאר'ן בנין האדיר. דורכאויס די לעצטערע חדשים האבן די ראשי וועד קרן הבנים געארבעט אומערמידליך צו ערהאלטן אלע פערמיטן און ענדיגן מסדר זיין אלע אינשורענס לעגאליטעטן, וחפץ ה' בידם הצליח, ווען די יעצטיגע טעג איז מיט א פרישקייט נתחדש געווארן די בוי ארבעט.
די קאנסטרוקציע זעצט פאר אין די מאסיווע טיפעניש, וואס מ'האט שוין געהאט אראפגעגראבן עטליכע הונדערט פיס אונטער די ערד, אויסהוילנדיג א פיר קאנטיגע חלל פון עטליכע שטאק הויעך, וואס מ'טוט יעצט צוגרייטן צו בויען די יסודות איתנים, און דערויף ארויפבויען דעם מאיעסטעטישן סטרוקטור, פאר'ן בנין האדיר וחדש וואס וועט דינען אלס תל תלפיות ומשוש כל הארץ פון חסידי וויזניץ בכל קצוי תבל.
댓글