מאנטאג פ' תולדות • כ"ד חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אנשיל בעק, אמ"ש, JDN
פארגאנגענעם ליל שישי איז - ווי באריכטעט פארגעקומען די שמחת הווארט לרגל די שידוך שליסן בשעטו"מ פון הכלה תחי' אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, א טאכטער פון הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א, איידעם ביי כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א עב"ג הבחור החתן אלימלך פענסטער ני"ו ממצויני תלמידי ישיבה גדולה בעלזא אין בני ברק א זוהן פון הרה"ג ר' אהרן פענסטער שליט"ר מגיד שיעור אין די בעלזער ישיבה גדולה אין בני ברק.
די שמחת הווארט איז פארגעקומען בביתו נאווה קודש פונעם גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, אנגעהויבן ביי א ענגע מעמד לחיים מיט די משפחת המלוכה און קרובי המשפחה, און דערנאך ביים לעקח און בראנפן אינעם בית תפילה וואו הונדערטער חסידים האבן זיך צונויפגעפרעסט מיטצוהאלטן די שמחה וואו מ'האט געזונגען לעבעדיגע ניגונים און זיך געוואונטשן מזל טוב.
דער רב שליט"א האט געמאכט א ברכה אויף די לעקח און בראנפן און געוואונטשן לחיים פארן חתן, מחותנים ולכל הקהל הקודש און דערנאך מפריש געוועהן צדקה פאר מרכז מוסדות בעלזא און פארן גאליאנער כולל חיבת ירושלים לצדקת רבי מאיר בעל הנס.