top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ובני ישרא"ל יוצאים: פייערליכע טענץ בחוצות ירושלים צו באפרייאונג פון בעל מסי"נ הרב ישראל אשר ראטמאן שליט"א

מיטוואך פ' בלק • י"א תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

הונדערטער בני ציון היקירים תושבי ירושלים האבן היינט מיט א שמחה גדולה מקבל פנים געווען מיט טענץ און געזאנג דעם אסיר ציון ומקדש שם שמים הרב ישראל אשר ראטמאן שליט"א וועם די רשעי הציונים האבן געהאלטן אונטער די אייזערנע טורמע גראטעס פאר אריבער א האלבע יאר צייט, פאר'ן איינציגן זינד פון מוחה זיין כדת של תורה קעגן די געשעפטן בפלטרין של מלך וואס טוען ליידער פארקויפן די טריפה'נע טעלעפאנען.


תיכף ביים ארויסקומען פון תפיסה איז ר' ישראל אשר אריבער צום פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א וועלכער האט אים מקבל פנים געווען באנפין נהירין און שטארק מחזק געווען אויף זיין זכי' צו זיצן אין תפיסה וועגן די מלחמה פון טעכנאלאגיע.


פון דארט איז ר' ישראל אשר אריבער צו כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א, און שפעטער ביינאכט איז אפגעהאלטן געווארן דער פייערליכער מעמד קבלת פנים על פני ככר השבת, וואו הונדערטער אידן האבן אפגעווארט מיט מוזיק און אים קעגנגעטאנצן מיט עקסטאזליכע ריקודין.


פון דארט איז ר' ישראל אשר אריבער צום שטוב פון כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, וועלכער האט אים שטארק מחזק געווען זאגנדיג "אשריך שנתפסת על דברי תורה", און דערנאך ביי הגאון הגדול רבי יהושע דוד טורטשין שליט"א מנהיג קהילות פרושים און ביי די חברי הבד"ץ, הגה"צ רבי יהושע ראזנבערגער גאב"ד קרית הרמ"א, הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א און הגאון הגדול רבי יהודה פישער שליט"א, וועלכע האבן אים ענטפאנגען בשמחה רבה, וואונטשנדיג פיל ברכות און סיעתא דשמיא אין זיין עבודת הקודש לקדש שם שמים.




Comments


bottom of page