top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הונדערטער חסידי צאנז קלויזענבורג ביי לוי' פון הרה"ח המפו' ר' יצחק שימאן ז"ל משב"ק אדמור"י בית צאנז קלויזענבורג

זונטאג לך לך • ב' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לענטשעווסקי

 

מיט פארווייטאגטע געפילן האבן פילע גוטע פריינד, חסידי צאנז קלויזענבורג, באקאנטע און בני משפחה, באגלייט למנוחת עולמים אחר מיטתו פון הרב החסיד המפואר ר' יצחק שימאן ז"ל, וועלכער האט זוכה געווען צו זיין משמש בקודש פאר קרוב צו זיבעציג יאהר פון אדמור"י בית צאנז קלויזענבורג, אנגעהויבן ביי הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזנבורג זי"ע און דערנאך ביי בנו יבדלחט"א כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג שליט"א און האט אויסגעהויכט זיין טייערע נשמה אין עלטער פון צוויי און אכציג יאהר לדאבון לב חסידי צאנז קלויזענבורג וכל יודעיו ומכיריו.


די לוי' איז ארויס פארנט פון ביהמ"ד הגדול צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק ווי הונדערטער חסידים האבן זיך שווער געזעגנט פונעם חשובן נפטר, בראש המלווים האט באגלייט כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א וועלכע האט אויך אויפגעטרעטן מיט לענגערע דברי פרידה זייענדיג מקדים אז שטייענדיג אין חודש תשרי ווען מען איז נישט מספיד וועט ער משמיע זיין בלויז דברי פרידה. דער רבי האט ארויסגעברענגט די געטריישאפט פונעם חשובן נפטר צום פאטער דער בעל 'שפע חיים' זי"ע וועלכע האט איהם כמים פנים לפנים ארויסגעוויזן גרויס הערכה, און איבער זיין געוואלדיגע פעולות און געטריישאפט פאר די קלויזנבורגער קהילה אין ניו יארק אלעס מיט א פשטות און הצנע לכת, דער רבי האט זיך אויסגעדריקט אז ר' איטשע איז נישט קיין עסקן אין קלויזנבורג און נישט קיין מתפלל אין קלויזנבורג, איטשע איז קלויזענבורג!, דער רבי האט אויך מרחיב געווען איבער זיין יראת שמים, און גדלות בתורה ותפילה און מידות טובות, און דערנאך איבערגעבטן בשמו ובשם די גאנצע קהילה.


דערנאך האבן די קינדער פונעם נפטר אויפגעטראטן מיט דברי פרידה און ארויסגעברענגט זיין שטארקע קשר צום רבי'ן שליט"א, דערנאך האט די רבי באגלייט די מיטה א שטיק וועג אין שפיץ פון הונדערטער חסידים וועלכע האבן אפגעגעבן דעם כבוד האחרון. די מיטה איז ארויסגעפארן צום לופטפעלד אויפן וועג קיין ארץ ישראל ווי די נפטר איז געקומען לקבורה אויפן בית החיים אין נתניה סמוך ונראה צום ציון הק' פון רבו הרה"ק מצאנז קלויזנבורג זי"ע. א באזונדערע לוי' איז פארגעקומען ביים ביהמ"ד דחסידי צאנז קלויזנבורג אין בני ברק וואו פילע חסידים האבן באגלייט דעם נפטר למנוחות.












留言


bottom of page