top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וְיוֹצִיאוּ פֵּרוֹתֵיהֶם • איינדרוקספולע באזוך פון האד' מפאפא אין מוסדות פאפא מאנסי לרגל ט"ו בשבט

מאנטאג פ' משפטים • י"ט שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

פארגאנגענער דאנערשטאג חמשה עשר בשבט האט כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א אפגעשטאט א ביקור הוד אין די בניני המוסדות דחסידי פאפא אין שטאט מאנסי. ביים אנקומען אין שטאט האט דער רבי באזוכט אינעם בנין התלמוד תורה און ארומגעגאנגען אין אלע קלאסן פון נורסערי ביז כיתה ח', אין יעדע קלאס באזונדער האט זיך דער רבי נאכגעפרעגט איבער די לימודים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די צאן קדשים, דער רבי האט פארטיילט פירות פאר די מלמדים אין יעדע כיתה צו פארטיילן פאר די קינדער לכבוד חמשה עשר בשבט. דערנאך האט די רבי באזוכט אינעם קאך פונעם ת"ת ווי ער האט זיך אומגעקוקט אויף די השגחה און געוואונטשן די עוסקים במלאכה.


דאן איז אפגערעכטן געווארן א מעמד קבלת פנים לכבודו דורך די תלמידי כיתה ט' מכינה לישיבה, מען האט געזונגען עטליכע ניגונים, און דערנאך האט מען געהערט דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א, איבער די יסוד פון 'פאפא' וואס איז תורה ויראת שמים, און מרחיב געווען בדיבורו איבער דעם נושא און מסיים געווען בברכת קדשו פאר אלע בחורים און די מגידי שיעור.


פון דארט איז די רבי שליט"א אריבער אויף א באזוך אין די ישיבה קטנה דחסידי פאפא אין מאנסי, ווי די רבי האט געדאווענט תפילות מנחה מיט די תלמידי הישיבה, און דערנאך מעריך געווען א מסיבת לחיים לכבוד היום. איינע פון די מגידי שיעור האט מקדם געווען דעם רבי'ן שליט"א בדברי ברכה, און דערנאך האט די רבי געוואונטשן לחיים און משמיע געווען דברות קודש איבער די יסודות פון א חסידישע בחור, מען האט דאן געזונגען ניגוני חמשה עשר בשבט, און די בחורים זענען אדורך ביים רבי'ן שליט"א וואונטשן לחיים.


נאכן באזוך אין ישיבה איז דער רבי שליט"א צוגעפארן צו די פאפא בית המדרש אין מאנסי ווי עס איז פארגעקומען די שמחת הווארט ביי איינע פון די חסידים, דער רבי שליט"א האט געדאוונט תפילות מעריב דארט אין ביהמ"ד, אין האט זיך דערנאך צוריק געקערט למעונו אין וויליאמסבורג.





























Comments


bottom of page