top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הסתלקות כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל: כסדר'דיגע נייעס און לייוו אפדעיטס • 7:15

מוצאי שבת פ' שלח • כ"ג סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

די נייעס ווערט כסדר אפדעיטעד ©

 

7:15 | מאנטאג קרח נאכמיטאג • בחצרות הקודש

האדמו"ר מסערט וויז'ניץ און הגה"צ אב"ד ליזענסק בארא פארק יעצט ביים מנחם אבל זיין.

 

6:00 | מאנטאג קרח אויפדערנאכט • בחצרות הקודש

יעצט ביים מנחם אבל זיין ביי האדמו"רים והרבנים הגאונים הצדיקים אין קאסובער בית המדרש.

 

3:00 | מאנטאג קרח נאכמיטאג • בחצרות הקודש

ניחום אבילים: נאך די פטירה פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל זיצן שבעה דעם רבינס ברודער אין קינדער האדמו"רים והרבנים הגאונים הצדיקים אין קאסובער בית המדרש אויף די פינעף און פופציגסטע גאס ביי די דרייצענטע עוועניו, צופרי נאך שחרית פון 10:00 ביז 12:00 מיטאג, שפעטער נאכמיטאג פון 4:00 ביז 11:00 אויפדערנאכט, שחרית 9:00, מנחה 8:00, מעריב 10:00.


הרבית הצדקנית מקאסוב תליט"א און די טעכטער זיצן שבעה בביתו נאוה קודש פונעם רבין זצוק"ל אויף די פינעף אין פופציגסטע גאס ביי די צוועלעפטע עוועניו.


דורכן טעלעפאן קען מען רופן מנחם אבל זיין אין ניו יארק: 718-812-9366, אין ארץ ישראל: 077-570-9613, אדער שיקן א פאקס: 718-298-2772

 

8:30 | זונטאג קרח נאכמיטאג • בחצרות הקודש

היינט נאכמיטאג נאכן מסע הלוי' פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל האבן זיך די קינדער האדמור"ים והרבנים שליט"א געזעצט שבעה שטוב פון הנגיד החסיד ר' איסר ראטה הי"ו אין מאנסי, קביעות'דיגער בעל האכסניא פונעם קאסובער רבי'ן אין מאנסי, וואו עס זענען אריבערגעקומען אויף ניחום אבלים, כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א, און האחים האדמור"ים מוויז'ניץ פון מאנסי און קייאמישע.


 

4:30 | זונטאג קרח נאכמיטאג • בחצרות הקודש

ביים מנחם אבל זיין די ברודער האדמור"ים והרבנים נאכן סתימת הגולל אויפן וויז'ניצער בית החיים.



 

4:20 | זונטאג קרח נאכמיטאג • בחצרות הקודש

יעצט ביים מעמד הקבורה אין מאנסי האט הרה"ג ר' יחיאל שטיינמעטץ שליט"א מרבני וויז'ניץ מאנסי פארגעזאגט צידוק הדין, און מען גייט יעצט דורך מנחם אבל זיין די אבלים האדמור"ים והרבנים צווישן די שורות.


צווישן די ריזן ציבור משתתפים ביים בית החיים, זעהן זיך אן האדמור"ים מוויז'ניץ בארא פארק, בית יצחק ספינקא און ליזענסק.



 

4:10 | זונטאג קרח נאכמיטאג • בחצרות הקודש

ושם חלקת מחוקק ספון: די הימלען וויינען מיט ביים שלאקס רעגן וואס גייט יעצט מיט א שטארקייט בשעת די סתימת הגולל פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל וואס קומט צום אייביגן רוה אויפן וויזניצן בית החיים אין מאנסי סמוך ונראה צו הרה"ק מריבניץ זיע"א, אין די אנדערע צדיקים שרפי מעלה וואס ליגן באערדיגט דארטן אין בית החיים, הימל שפאלטענדע בכיות הערן זיך פון אלע זייטן ווען טראצט די שווערע רעגן שטייט די ציבור פארזאמעלט אין באוויינען די שרעקליכע אבידה, הצדיק אבד לדורו אבד!.



 

3:30 | זונטאג קרח נאכמיטאג • בחצרות הקודש

די מיטה קומט יעצט אן צום בית החיים, וואו די עסקנים האבן אלעס מסדר געווען כפי כבודו הראוי, ווען טראץ דער מאסיווער ציבור פון טויזנטער מלוים און די שלאקס רעגן וואס האט זיך נארוואס אראפגעלאזט איז עס ב"ה נישט געקומען לידי סכנה, צווישן די מלווים אויפן וועג צום בית החיים זעהן זיך אן האדמור"ים מוויז'ניץ קייאמישע, סקולען מאנסי, סקולען ירושלים, ראחמיסטריווקא מאנסי, סטאניסלאוו, סקווירא מאנסי און נאך.

 

2:45 | זונטאג קרח נאכמיטאג • בחצרות הקודש

ביים לוי' פארנט פון גרויסן וויז'ניצער ביהמ"ד האט הרה"ג ר' יחיאל שטיינמעץ שליט"א מרבני וויז'ניץ פארגעזאגט קל מלא רחמים, טויזנטער אידן באגלייטן יעצט די מיטה ארויף צום בית החיים, אין שפיץ פון די גדולי ישראל, אדמור"ים ורבנים, צווישן זיי: מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ מאנסי שליט"א און נאך פיל.


 

2:30 | זונטאג קרח נאכמיטאג • בחצרות הקודש

די מיטה פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל קומט יעצט אן צום ביהמ"ד הגדול וויז'ניץ מאנסי, אבל יחיד עשי לך ומספד תמרורים, אלפי חסידי וויז'ניץ, תושבי מאנסי און טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן וועלכע זענען אריינגעקומען פון די קאנטרי זענען אצינד פארזאמלט ביים רחבת ביהמ"ד הגדול און די ארומיגע גאסן, כמנהג וויז'ניץ וועלן נישט זיין קיין הספדים, מען וועט זאגן כל מלא רחמים און דערנאך וועט מען באגלייט צופיסנס די גאנצע וועג ביז צום וויזניצער בית החיים אויף 306, וואו דער רבי זצ"ל וועט געברענגט ווערן למנוחת עולמים, בחלקת אבותיו, נעבן זיין פאטער כ"ק אדמו"ר מקאסוב זאלישטשיק זצ"ל, סמוך ונראה צום ציון הק' פון הרה"ק מריבניץ זי"ע.


 

2:15 | זונטאג קרח נאכמיטאג • בחצרות הקודש

כ"ק אדמו"ר מסערט וויז'ניץ שליט"א לאזט זיך יעצט ארויס צום לופטפעלד אויפן וועג קיין ניו יארק וואו די רבי וועט מנחם אבל זיין ביי חתנו כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א הרה"צ רבי מנחם מענדיל דוד האגער, על פטירת אביו/מחותנו כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל.


 

1:55 | זונטאג קרח נאכמיטאג • בחצרות הקודש

יעצט ביים לוי' פארנט פון ישיבה אור ודעת אויף טשעסנאט רידזש ראוד ביים אריינגאנג צום שטאט מאנסי, האט הרה"ח ר' דוד בערגער הי"ו משב"ק כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א פארגעזאגט קל מלא רחמים, די שוואגער'ס האדמורי"ים מסאטמאר און סקווירא באגלייטן אצינד די מיטה בראש המלווים אריין אין שטאט, צום לוי' ביים גרויסן וויזניצער ביהמ"ד.


 

1:45 | זונטאג קרח נאכמיטאג • בחצרות הקודש

מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק לרגל די חתונה פון אן אייניקל, איז נארוואס אנגעקומען צום ביהמ"ד הגדול וויז'ניץ אין מאנסי בחדרו הפרטי פון שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, וואו די רבי ווארט אפ די מיטה וואס איז ערווארטעט אנצוקומען אין די קומענדיגער מינוטן.


 

1:30 | זונטאג קרח נאכמיטאג • בחצרות הקודש

די מיטה קומט יעצט אן צום ישיבה אור ודעת אויף טשעסנאט רידזש ראוד בגלילות מאנסי, וואו עס ווארטן אפ די מיטה די שוואגער'ס האדמור"ים מסאטמאר און סקווירא.

 

1:00 | זונטאג קרח נאכמיטאג • בחצרות הקודש

די קינדער האדמור"ים שליט"א ביים באגלייטן די מיטה.

 

12:50 | זונטאג קרח פארמיטאג • בחצרות הקודש

דרכי בארא פארק אבילות

 

12:45 | זונטאג קרח פארמיטאג • בחצרות הקודש

לעצטע הכנות צום לוי' ביים ביהמ"ד הגדול וויז'ניץ אין מאנסי.

 

12:30 | זונטאג קרח פארמיטאג • בחצרות הקודש

דרכי בארא פארק אבילות: מיט אראפגעלאזטע קעפ און געקלאפטע געמיטער טוען טויזנטער מלוים אצינד באגלייטן די מיטה פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל בדרכו האחרונה אויף די גאסן פון בארא פארק, אין ריכטונג פון די צוועלעפטע עוועניו, פון דארט וועט די מיטה אפפארן צום לוי' אין מאנסי. מטעם ק"ק קאסוב איז צוגעשטעלט א פלאטע פון באסעס וואס וועלן פירן דעם ציבור צום לוי' אין מאנסי. בראש המלווים זעהן זיך יעצט אן האדמורי"ם מצאנז קלויזענבורג, מונקאטש, תולדות צבי ספינקא, סערדאהעלי, קאסאן, לעלוב, ראחמיסטריווקא וויליאמסבורג, סטוטשין, בלאזוב, בורשטין, אב"ד אמונת ישראל, און נאך.



 

12:15 | זונטאג קרח פארמיטאג • בחצרות הקודש

נאך די הספדים אין ביהמ"ד האט הרב מענדיל ראזענבערג הי"ו מראשי החברא קדישא פארגעזאגט קל מלא רחמים, און די קינדער האדמורי"ם והרבנים האבן געריסן קריעה כדת וכדין, פילע אידן האבן דערביי זיך געריסן קריעה מיט בכיות און געוויין, זייענדיג מתאבל אויף די שרעקליכע אבידה מיט אן אויסטערלישן צער אויסגעגאסן אויפ'ן פנים. די מיטה ווערט יעצט ארויסגעפירט פון ביהמ"ד דורך די נושאי הארון, די חשובי העדה וטובי הקהל. דער ציבור הייבט אן ארויסשטראמען פון ביהמ"ד.


 

12:00 | זונטאג קרח פארמיטאג • בחצרות הקודש

צווישן די טויזנטער מלווים זעהן זיך אן ביי די לוי' האדמורי"ם מסאטמאר, באבוב, באבוב 45, סקולען, האדמור"ים מוויז'ניץ פון וויליאמסבורג, ירושלים און בארא פארק, ראחמיסטריווקא, ספינקא, תולדות יהודה, דינוב, הגה"צ אבד"ק באבוב 45, הגה"צ גאב"ד אנטווערפן און נאך.

 

11:55 | זונטאג קרח פארמיטאג • בחצרות הקודש

יעצט איז מספיד כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א הרה"צ רבי יעקב שמשון האגער שליט"א וועלכע האט אין זיינע דברי הספד בקול בכי און מיט א הכנעה והתבטלות גמורה געבעטן פון זיין יונגערע ברודער כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א הרה"צ רבי מנחם מענדיל דוד ער זאל קומען קיין אמעריקא לכהן תחת אביו בהנהגת העדה הקדושה אין שטאט בארא פארק, אויך האט ער געבעטן פון זיין ברודער הרה"צ רבי משה שליט"א ווייטער ממשיך צו זיין די המשכה לבית קאסוב אין שטאט וויליאמסבורג און זיין ברודער הרה"צ רבי ברוך שליט"א אין שטאט לעקיוואד.

 

11:45 | זונטאג קרח פארמיטאג • בחצרות הקודש

וזרח השמש ובא השמש: יעצט ביים גרויסן לוי' אין בארא פארק האט הנגיד החסיד ר' שלמה זלמן קליין ראש הקהל קאסוב אויסגערופן די צוואה וואס די רבי זצ"ל האט איבערגעלאזט בנוגע די המשכה בהנהגת העדה הקדושה, ער האט מכתיר געוועהן די צוויי עלטסטע קינדער, בנו הגדול הרה"צ רבי יעקב שמשון האגער שליט"א אלס ממלא מקום אביו באדמור"ות קאסוב אין בארא פארק, און דער צווייטער זון הרה"צ רבי מנחם מענדיל דוד האגער שליט"א אלס אדמו"ר מקאסוב אין ארץ ישראל.


ולא תהיה עדת ה' כצאן בלי רועה


 

11:40 | זונטאג קרח פארמיטאג • בחצרות הקודש

יעצט ביים מסע הלוי' טרעט אויף מיט דברי פרידה הנגיד החסיד ר' שלמה זלמן קליין הי"ו ראש הקהל קאסוב און יד ימינו פונעם רבי'ן זצ"ל.

 

11:20 | זונטאג קרח פארמיטאג • בחצרות הקודש

הגה"צ ר' חיים האגער שליט"א אבד"ק זאלישטשיק האט נארוואס אנגעפאנגען זיינע דברי הספד בקול בוכים לפני מיטתו פון זיין איינציגן און באליבטן ברודער די רבי זצ"ל צו וועם ער איז געוועהן אזוי אדוק ומקושר.


 

11:15 | זונטאג קרח פארמיטאג • בחצרות הקודש

ביים אויפגראבן דעם פרישן קבר פונעם רבי'ן זצוק"ל אויפן וויזניצער בית החיים אין מאנסי.

 

11:10 | זונטאג קרח פארמיטאג • בחצרות הקודש

יעצט נאכן פארזאגן תהילים דורך הרה"ח ר' מענדיל ראזענבערג מראשי החברא קדישא וועט מען אפרעכטן הקפות ארום די מיטה כנהוג דורך די פארזאמלטע אדמורי"ם ורבנים און די זקני החסידים ונכבדי העדה.


 

11:00 | זונטאג קרח פארמיטאג • בחצרות הקודש

מען קען מיטהאלטן די לייוו הוקאפ פונעם מסע הלוי' אויף 'קול בחצרות' 605-313-6666 עקסט. 92


 

11:00 | זונטאג קרח פארמיטאג • בחצרות הקודש

אין די יעצטיגע מינוטן האט מען אריינגעפירט די מיטה בהיכל ביהמ"ד הגדול קאסוב אין בארא פארק, צווישן די פיר ווענט וואו די רבי האט אפגעראכטן זיין עבודת הקודש רבות בשנים. הונדערטער חסידים האבן דערביי זיך געריסן קריעה מיט בכיות און געוויין, זייענדיג מתאבל אויף די שרעקליכע אבידה. די גאסן ארום דעם ביהמ"ד זענען שווארץ פון טויזנטער אידן, אין שפיץ פון פילע גדולי ישראל וואס זענען געקומען אפגעבן דעם כבוד הראוי פאר'ן גרויסן נפטר.

 

10:20 | זונטאג קרח אינדערפרי • בחצרות הקודש

יעצט נאכן דורכפירן טהרה אין בנין ביהמ"ד הגדול וויז'ניץ אין בארא פארק האבן די אנשי החברא קדישא אריבערגעפירט די מיטה קעגן איבער די גאס לביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן זצוק"ל וואו עס געזעגענען זיך די קינדער און אייניקלעך און נאנטע מקורבים, די מיטה וועט ביז געציילטע מינוטן ארויסגעפירט ווערן צום לוי' אין קאסובער ביהמ"ד.

 

10:00 | זונטאג קרח אינדערפרי • בחצרות הקודש

די מיטה אנקומענדיג צו די טהרה אין בנין ביהמ"ד הגדול וויז'ניץ אויף די דריי און פופציגסטע גאס.

 

9:30 | זונטאג קרח אינדערפרי • בחצרות הקודש

פאליציי אין בארא פארק זיצן יעצט מיט די לאקאלע עסקנים אויסצוארבעטן די לעצטע דעטאלן פון די גרויסע לוי' וואו עס איז ערווארטעט די השתתפות פון אלופי אלפי ישראל, אזוי אויך זיצן די עסקנים אין מאנסי מיט די פאליציי אויסצוארבייטן די דעטאלן פון די צווייטע חלק פון די לוי' וואס וועט פארקומען אום 1:00 מיטאג ביים ביהמ"ד הגדול 'לבוש מרדכי' וויז'ניץ אין מאנסי, און דערנאך די קבורה ביים ביה"ח אין מאנסי, וואו עס איז פון דאסניי ערווארטעט טויזנטער אידן סיי פון מאנסי און אידן וואס געפינען זיך שוין אין די קאנטרי און וועלן אריינקומען חולק זיין דעם כבוד התורה ביי די לוי' אין מאנסי. די גאסן ארום דעם קאסובער ביהמ"ד ווערן יעצט אפגעשלאסן אנגעהויבן פון די פינף און פופציגסטע גאס צווישן דרייצן און פערצן. צוליב מאנגל אין פלאץ וועט דאס אריינגאנג אין ביהמ"ד זיין בלויז פאר אנשים מכובדים און מתפללים. די עזרת נשים וועט זיין אפן בלויז פאר קרובי המשפחה.


 

9:00 | זונטאג קרח אינדערפרי • בחצרות הקודש

 

8:30 | זונטאג קרח אינדערפרי • בחצרות הקודש

דורכאויס מוצאי שבת האבן מאסן אידן באלאגערט בית מדרשו של רבי, וואו די הייליגע מיטה איז געלעגן אויף דער ערד, אידן האבן אהינגעשטראמט ביז יעצט צופרי ווען מ'האט געפירט די מיטה צו די טהרה אין די מקוה אין וויזניצער ביהמ"ד אויף 53. צווישן די הונדערטער אידן אין ביהמ"ד האט זיך אנגעזעהן כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ ירושלים שליט"א א ידיד נאמן פונעם רבי'ן זצ"ל.


נאך די טהרה וועט מען פירן די מיטה צום ביהמ"ד זאלישטשיק מקום שהתפללו בו אבותיו, וואו די רבי האט משמש געוועהן באדמור"ות אין די בראשית יאהרן נאכן איבערנעמען די הנהגה. פון דארט וועט די מיטה אנקומען צום קאסובער ביהמ"ד וואו מען וועט לויטן פלאן אנהייבן די לוי' צייטליך אום 11:00 פונקטליך.


 

8:00 | זונטאג קרח אינדערפרי • בחצרות הקודש

היינט פארטאגס ווען כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א וגאב"ד זכרון מאיר האט געהערט די ביטערע בשורה פון אמעריקא איבער די הסתלקות פון גיסו כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל האט די רבי שליט"א שטארק באוויינט די גודל האבידה פאר די ארומיגע, און מיט טרערן ארומגעשמועסט איבער די געוואלדיגע הערכה וואס די גרויסע שוואגער האט גענאסן ביי זיין גרויסן שווער די פאטער הגה"ק בעל מחשבת הלוי זצ"ל גאב"ד זכרון מאיר און ביים גרויסן זיידן די פוסק הדור הגה"ק בעל שבט הלוי זי"ע וועלכער האט זיך משתעשע געווען מיט זיין באליבטער אייניקל בכל חדרי התורה און כסדר מפליא געווען זיין גרויסקייט בנגלה ובנסתר און בעבודת השם יתברך, ספעציעל זיין אויסטערלישע עבודת התפילה וואס ער האט אראפגעלייגט במסירות נפש למעלה מגדר אנושי.


שפעטער צופרי נאך שחרית אינעם היכל הישיבה האט די רבי שליט"א באוויינט די שווערע אבידה און געשלידערט פאר די בחורים זכרונות ועובדות פון די הייליגע עבודה פונעם שוואגער די קאסובער רבי און וואו ער האט זוכה געווען צו שטייגן צו העכערע מדרגות נשגבות אין זיין קארצן לעבן, ומי יתן לנו תמורתו.


דערנאך איז די רבי שליט"א ארויף צום שטוב פון אמו הרבנית תליט"א מחברתו הטהורה פון אביו הגה"ק בעל מחשבת הלוי זצ"ל און מיט גרויס ווייטאג מבשר געווען די ביטערע בשורה איבער די הסתלקות פון איר גרויסן איידעם די קאסובער רבי זכר צדיק לברכה.

 

7:00 | זונטאג קרח אינדערפרי • בחצרות הקודש

ציון במר תבכה וירושלים תתן קולה


היינט נאכמיטאג אין ארץ ישראל בעת די מסע הלוי' פונעם צדיק נשגב כ"ק אדמו"ר הרה"ק מקאסוב זצוק"ל וועלן זיך תושבי ירושלים עיה"ק צוזאמנעמען אינעם ביהמ"ד הגדול וויזניץ אויף רח' אדוניהו הכהן מיטצוהאלטן די לוי' דורך א הוקאפ פון און מריחוק מקום באוויינען דעם שווערן אבידה.


בשעת כלל ישראל איז צעבראכן לשברי שברים נאכ‘ן הערן די ביטערע בשורה שפירט זיך איבערהויפט די טרויער און יתמות טיף איבער'ן פלטרין של מלך, 'ירושלים אבדה כלי חמדתה', מיט די פארלוסט פון איינער פון די גרויסע צדיקים וקדושים על ישראל הדרתו אין אמעריקא וועלכע האט משפיע געווען מהודו אויך בירושלים של מעלה, בפרט אין די זומער חדשים וואו די רבי זכר צדיק לברכה פלעגט מדי שנה בשנה זיך אויפאהלטן בקרתא דשופריא, טויזנטער אידן חסידים ואנשי מעשה תושבי ארץ הקודש האבן יענע צוויי חדשים געהאט די גלעגנהייט זיך צו קלאמערן לאורו הבהיר און נהנה זיין פונעם אור גדול ביי די לעכטיגע תפילות און טישן, און פלאקערדיגע דרשות וואס האבן אויפגעהויבן יעדער אידיש נפש צום טאטן אין הימל.


אט אין דעם מקום קדוש וואס האט געהאט די זכיה צו דינען אלס אכסניא פארן רבי'ן זצ"ל ביי די לעכטיגע שבתים און ווארימע דרשות וויילנדיג אין עיה"ק ירושלים, בית מדרש הגדול דקהל תורת חיים וויז'ניץ אויף רח' אדוניהו הכהן וועט מען זיך היינט צוזאמנעמען בעת אשכבתי' דרבי און זיך מתאבל זיין על סילוקו של צדיק.


 

5:30 | זונטאג קרח פארטאגס • בחצרות הקודש

 

5:00 | זונטאג קרח פארטאגס • בחצרות הקודש

כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ ירושלים שליט"א איז נארוואס אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול קאסוב זאגן תהילים ארום די מיטה.

 

4:30 | זונטאג קרח פארטאגס • בחצרות הקודש

מודעה מטעם ק"ק וויזניץ אין בארא פארק ווי מען וועט פירן די מיטה צו די טהרה אין די מקוה אין בנין ביהמ"ד הגדול וויז'ניץ אויף די דריי און פופציגסטע גאס אין בארא פארק.

 

4:00 | זונטאג קרח פארטאגס • בחצרות הקודש


 

3:30 | זונטאג קרח פארטאגס • בחצרות הקודש

אויפן וויזניצער בית החיים אין שטאט מאנסי ווערן שוין געמאכט די ערשטע הכנות צום גרויסן מסע הלוי' וואס וועט פארקומען מארגן, ווי די רבי וועט קומען למנוחת עולמים סמוך ונראה צום ציון פון זיין פאטער כ"ק אדמו"ר מקאסוב זאליטשיק זצ"ל.

 

3:00 | מוצאי שבת שלח • בחצרות הקודש

 

1:30 | מוצאי שבת שלח • בחצרות הקודש

הכנות צום גרויסן מסע הלוי' וואס וועט ארויסגיין מארגן 10:45 פארמיטאג אינעם נייעם ביהמ"ד הגדול דחסידי קאסוב אוף די פינף און פופציגסטע סטריט גאס אין בארא פארק, וואס איז שוין יעצט פארשלאסן פאר פארקער.

 

12:45 | מוצאי שבת שלח • בחצרות הקודש

מי שבנה בית חדש ולא חנכו • רירענדע מאמענט ביים דורכפירן די מיטה פונעם רבי'ן זצוק"ל אינעם נייעם ביהמ"ד הגדול דחסידי קאסוב וואס די רבי האט ליידער נישט זוכה געוועהן צו זעהן בשלימותו.

 

12:30 | מוצאי שבת שלח • בחצרות הקודש

פילע תלמידים וחסידים יעצט אין ביהמ"ד הגדול דחסידי קאסוב ביי אמירת תהילים ארום די מיטה, נישט קענענדיג זיך צוזאמקלייבן פונעם שווערן בראך.

 

12:15 | מוצאי שבת שלח • בחצרות הקודש

די הייליגע מיטה פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל איז יעצט אנגעקומען אין ביהמ"ד, די מיטה איז געווארן אראפגעלייגט אויף דער ערד, השליך משמים ארץ תפארת ישראל, און דער פרוכת איז געווען אראפגענומען. די פינף און פופציגסטע סטריט צווישן 13 און 14 איז שוין פולקאם פארשלאסן פאר פארקער.


צופרי וועט מען פירן די מיטה צו די טהרה אין די מקוה אין בנין ביהמ"ד הגדול וויז'ניץ אויף די דריי און פופציגסטע גאס אין בארא פארק, באותו מקום וואו דער רבי זצוק"ל האט געדינט אלס דיין ומורה צדק צענדליגער יאהרן, מען וועט דאן צוגרייטן דעם ביהמ"ד צום לוי' וואס וועט זיך אנהייבן בשעה 11:00 פארמיטאג.

 

11:30 | מוצאי שבת שלח • בחצרות הקודש

 

11:00 | מוצאי שבת שלח • בחצרות הקודש

די מיטה פונעם רבי'ן זצ"ל האט נארוואס פארלאזט דער קארנעל שפיטאל אין מאנהעטן אויפן וועג קיין בארא פארק, ארום 11:30 וועט די מיטה אריינגעפירט ווערן לבית מדרשו של רבי אין קאסובער ביהמ"ד וואו מען וועט דורכאויס די נאכט זאגן תהלים און זיך געזעגענען.


 

10:30 | מוצאי שבת שלח • בחצרות הקודש

אין ווייטערדיגע פרטים איבער די גרויסער לוי' פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל וואס איז באשטימט געווארן אויף מארגן זונטאג פארמיטאג: וואו עס הייסט יעצט וועט זיך די לוי' אנהייבן אום 11:00 פארמיטאג אין קאסובער ביהמ"ד אויף די 55'סטע גאס ביי די 13'טע עוועניו.


נאכמיטאג וועט די ארון אנקומען קיין מאנסי וואו עס וועט פארקומען די לוי' ביים ביהמ"ד הגדול וויזניץ מאנסי אויף פיליס טערעס, פון דארט וועט מען באגלייט צופיסנס ביז צום וויזניצער בית החיים, וואו דער רבי זצ"ל וועט געברענגט ווערן לקבורה. לויטן יעצטיגן פלאן וועלן נישט זיין קיין הספדים ביי ביידע לויות סיי אין בארא פארק און אין מאנסי וואו דער מנהג בחצרות קאסוב - וויז'ניץ.


 

10:00 | מוצאי שבת שלח • בחצרות הקודש

די מסע הלוי' פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל איז באשטימט געווארן אויף מארגן זונטאג פארמיטאג, כדי צו קענען אפגעבן דעם ריכטיגן כבוד התורה און ערמעגליכן זיך צו גרייטן צום לויה וואו מען ערווארט די באטייליגונג פון רבבות אידן וואס וועלן קומען אפגעבן כבודו האחרון באשכבתיה דרבי. פון בארא פארק וועט די מיטה געפירט ווערן קיין מאנסי וואו עס וועט פארקומען א באזונדערע לוי', די רבי וועט קומען למנוחת עולמים אויפן וויזניצער בית החיים אין מאנסי סמוך ונראה צום ציון פון זיין פאטער כ"ק אדמו"ר מקאסוב זאליטשיק זצ"ל. וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.


 

9:55 | מוצאי שבת שלח • בחצרות הקודש

אין ווייטערדיגע באריכטן איבער די הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל:

דורכאויס די לעצטע מעת לעת, האט פון מויל צו אויער זיך צושפרייט די שווערע בשורה, אז דער מצב ביים רבי'ן האט זיך שטארק פארערגערט, און אז דער רבי איז זקוק לרחמי שמים מרובים. עס האבן גלייך אנגעהויבן זיך צו שטעלן משמורות תהלים בכל תפוצות ישראל, וואו מען האט מתפלל געווען מיט א געוואלדיגן שברון רוח און התעוררות, האפענדיג אז עס וועט נאך קומען א גרויסע ישועה. ליידער האט דער מצב נישט אנגעזאגט קיין גוטס, און די קינדער ובני משפחתו פון רבי'ן זענען ערב שבת גערופן געווארן צום קארנעל שפיטאל, וואו מען האט ווייטער איינגעריסן מיט א געוואלדיגן התעוררות.


אבער מען השמים איז אנדערש באשערט געווארן, און דעם פרייטאג צונאכטס אום 11:50, האט דאס הייליג הארץ פון רבי'ן געגעבן דעם לעצטן קלאפ, במעמד פון צענדליגער אידן, חסידים ואנשי מעשה וואס זענען געווען פארזאמעלט אינדרינען און אינדרויסן אין שפיץ פון די קינדער פון רבי'ן וואס האבן דערביי געזאגט די פסוקי היחוד מיט גרויס התעוררות. דורכאויס דעם שבת קודש, האט מען שוין געהערט אין בארא פארק די שווערע שמועות, ויפג לבם כי לא האמינו, מען האט נישט געוואלט גלייבן די שמועות, אבער ויהי נועם נשבת במוצאי שבת, ווען יעצט נאכ'ן זמן צאת השבת האט מען געהערט די ביטערע בשורת איוב, אז כיון ששבת וי אבדה נפש, די רבי זצ"ל איז נתבקש געווארן לישיבה של מעלה אין בלויזן עלטער פון זעקס און זעכציג יאהר.


 

כל הזכויות שמורות ©

bottom of page