מיטוואך פ' ראה • כ"ד אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אנשיל בעק - JDN
א גרויס התעוררות האט געהערשט אין די טעג פון דער יומא דהילולא קדישא כ"א אב פון דעם ראש גולת אריאל, קדוש ישראל ותפארתו הרה"ק מבעלזא זי"ע, ווען טויזנטער אידן האבן זיך משתטח געווען על ציונו הק' במרומי הר המנוחות, ווי אויך ביי די כינוסים וסעודות הילולא וועלכע זענען אפגעהאלטן געווארן אין צענדליגע מקומות, איבערהויפט האבן טויזנטער חסידי בעלזא געפראוועט דעם יומא אריכתא בצילא דמהימנותא עילאה פונעם ממשיך שלשלת הקודש כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א.
זונטאג אונדערפרי האט זיך פארזאמלט א גרויסער ציבור אינעם קריה נאמנה אין קרית בעלזא וואו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז אריינגעקומען אין היכל ביהמ"ד הגדול אויף תפילת שחרית ברוב עם און איז צוגעגאנגען צום עמוד לכבוד די יארצייט און געזאגט קדישים, נאכן דאווענען האט די רב געדינט אלס סנדק ביי דריי בריתן, און דערנאך איז די רב אריין לחדר קדשו און אפגעראכטן א מסיבת 'לעקיך און בראנפן' לכבודו של יום.
אין די נאכמיטאג שעהן איז דער רב ארויפגעגאנגען צום ציון הק' במרומי הר המנוחות אין באגלייטונג פון טויזנטער חסידים, דער רב שליט"א האט זיך צום ערשטן מאל באנוצט מיט די פריוואטע אויטא פון כ"ק אדמו"ר מביאלא זצ"ל בעל מבשר טוב, וואס איז לעצטנס אפגעקויפט געווארן דורכן רב'ס שטוב, זייענדיג ספעציעל באקוועם אהערגעשטעלט מיט די פראקטישע און צוגעפאסטע איינריכטונגען, אויף א פארנעם מ'זאל קענען האבן לייכטע צוטריט אריין און ארויס, און עס זאל אנקומען ווי גרינגער דער באנוץ.
דער גאנצער הייליגער חלקה איז געווען געשטאפט מיט חסידים עד אפס מקום, ווען הונדערטער חסידים שטעלן זיך אין די הייעך, צו קענען מיטהאלטן די התרגשות'דיגע מאמענטן, דאס התעוררות וואס האט זיך אפגעטאן ביים ציון גופא איז אומבאשרייבליך, אנקומענדיג צום ציון האט די רב מפריש געווען צדקה פאר מרכז מוסדות בעלזא און דאן געדינט אלס שליח ציבור צו אמירת ספר רביעי שבתהילים ומי יתנה תוקף דאס גרויס התעוררות און געוואלדיגע בכיות וואס האט געהערשט ביים זאגן "יהי רצון", און בפרט ביי אמירת י"ג מדות של רחמים. נאך תהילים זאגן האט די רב געזאגט קדיש, דערנאך האט הרה"ח ר' יענקל שיף הי"ו געזאגט דעם קל מלא רחמים פארן רב שליט"א "בעבור שנדב 180 דאללער למרכז מוסדות בעלזא", דערנאך פאר הרה"צ רבי אהרן מרדכי און כל הקהל הקודש. דערנאך האט די רב געזאגט תורה כנהוג, שפעטער האט דער רב שליט"א זיך משתטח געווען אויפ'ן ציון הק' און א לענגערע צייט מתפלל געווען אויף ישועתן של ישראל בכלל ובפרט.
אנגעהויבן פון ארום זעקס אזייגער נאכמיטאג איז געווען צוגעשטעלט זיך צו וואשן צום סעודת הילולא פאר די טויזנטער חסידים אין די זאלן פון בית מדרש הגדול, אום 8:30 איז די רב ערשינען אינעם גרויסן שטוב צום שולחן הטהור סעודת הילולא, עס איז צום ערשט פארגעקומען די סיום הש"ס לעילוי נשמתו הטהורה, ווי עטליכע פון חשובי העדה האבן מסיים געווען ש"ס. די רב שליט"א האט געוואונטשן לחיים, געזאגט תורה, דערנאך געבענטשט ברכת המזון על הכוס און געזאגט די שבע ברכות לרגל עטלעכע חתנים, דערנאך האט מען געדאוונט מעריב.
ביים טיש האט זיך אנגעזעהן דאס השתתפות פון צענדליגער אדמורי"ם רבנים ומרביצי תורה צווישן זיי די מחותן כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, האדמורי"ם מפינסק קארלין, נאראל, זוועהיל, מעליץ, סטראפקוב, גארליץ, באסטאן, באסטאן ביתר, קאמארנא בני ברק, ספינקא ירושלים, דעעש ירושלים, טאלטשאווא, ברעזשאן, זידיטשוב פתח תקווה, און שאץ ירושלים, הגה"צ אב"ד סקאהל, הרה"צ ר' יעקב מרדכי האגער אבד"ק וויזניץ אלעד, אב"ד מאקאווא אשדוד, אב"ד ראחמיסטריווקא ירושלים, אב"ד מחשבת הלוי, הגאון רבי נתן לאנדמאן די רב פון חולון און נאך.
Comments