top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לך כנוס את כל היהודים: האד' מסאטמאר פאררופט אלוועלטליכע יום תפילה אפצושלאגן די גזירת גיוס בני הישיבות

מאנטאג פ' קרח • כ"ה סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילד קרעדיט: א. אייזנבאך

 

היינט ביים טעגליכן תהלים שיעור בהיכל המתיבתא אין קרית יואל האט דער שר צבא השם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א משמיע געווען פלאם פייערדיגע דיבורים אין ליכט פון די ביטערע גזירת גיוס בני ישיבות וואס הויערט אויף די קעפ פון די טוזינטער לומדי תורה אין ארץ ישראל.


די רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אין תהלים למנצח על איילת השחר זאגנדיג אז המן הרשע האט געוואלט להשמיד שמד'ען די עם מרדכי, וכל היהודים תלמידי חכמים ופשוטי עם צוגלייך, דער רבי האט זיך דערביי געוואנדן מיט א הייסע רוף צו אלע קהילות הקודש אין כלל ישראל, לך כנוס את כל היהודים אזוי ווי מרדכי הצדיק האט בשעתו צוזאמגענומען גאנץ כלל ישראל, דארף מען יעצט צוזאמנעמען גאנץ כלל ישראל אויף א געמיינזאמע יום תפלה בכל מדינה ומדינה ובכל עיר ועיר באותו שעה! די רבי האט מסיים געוועהן מיט א תפלה צום בורא כל עולמים אז בחורי הישיבות זאלן קענען זיצן און לערנען אומגעשטערט אין די גזירה זאל בטל ווערן במהרה!!



Comments


bottom of page