top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אשר בך ירוחם יתום: אייגנארטיגער מסיבת חנוכה צוגעשטעלט דורך האד' מסאטמאר מיוחד פאר יתומים

מאנטאג פ' ויגש • כ"ט כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

א גאר רירענדע מעמד הדלקת נרות חנוכה איז נעכטן נאכט ליל ה' דחנוכה פארגעקומען בביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יואל וואו די רבי האט געצינדן די חנוכה ליכט אויף א פריוואטע פארנעם געווידמעט אויסשליסליך פאר די יתומים פון די קהילה. ווי יאר יערליך טוט די סאטמארער רבי שליט"א ווידמען איין נאכט חנוכה צו צינדן פאר די יתומים און יתמות וואס האבן ליידער נישט קיין טאטע אדער מאמע וואס זאל צינדל פאר זיי, וואו די רבי לאזט זיך אראפ מן העם אל העם מיט א זעלטענע פארנעם.

א גאר רייכע סעודה איז געוועהן צוגעשטעלט פאר די אריבער 200 יתומים און יתמות וואס זענען געקומען צו פארן פון אלע געגענטער, צום ערשט האט אויפגעטרעטן די באקאנטע ידען און חוקר הדורות הרב ר' אלחנן וואלף פריעדמאן שליט"א וואס האט געשילדערט שפאנדע געשיכטעס פון די קורות ימי הדורות און די צדיקים וואס זענען פאר'יתומ'ט געווארן אין זייער יוגענט אוןההאבן געזעהן אויסטערלישע סייעתא דשמיא און זענען אנגעקומען גאר ווייט אין אלע הינזיכטן, די שמועס האט איבערגעלאזט הויפענעס פון חיזוק פאר אלע באטייליגטע.

נאך זיין דרשה איז די רבי שליט"א איז ערשינען בצהלות פנים, ואהרן מיטב את הנרות וואו די רבי האט אנגעצינדן די חנוכה ליכט. דערנאך האט א ספעציעלע קאפליע פון עטליכע קינדער יתומים פארגעזינגען בניעמות דעם פיוט מעוז צור, דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט נגיני אמונה ובטחון בשעת די רבי פארגיסט טייכן טרערן ליינדיג א כוללות קוויטל מיט די נעמען פון די יתומים און יתומות. דאן איז פארגעשטעלט געווארן פארן רבין מערערע שאלות וואס די יתומים האט אריינגעשיקט בעפאר די מעמד וואו די רבי האט מיט א זעלטענע קלארקייט פארענטפערט אלע שאלות און ווי א טאטע צו א קינד געגעבן צו פארשטיין אלע זייערע ספיקות. דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן די דברות קודש, ווי די רבי האט א לענגערע צייט ארומגערעדט גאר שטארקע דברי חיזוק מיט אן אויסטערלישע ווארימקייט. די רבי האט אויסגעשריגן: יש לנו אב זקן! דער הייליגער באשעפער דער אב הרחמן וואס באגלייט ענק און ווייסט ענקער צער און באגלייט ענק אויך טריט און שריט, די רבי האט שטארק ארויסגעברענגט אז מען מוז אנגיין מיט א שמחה אין לעבן. די ווערטער זענען געשלינגען געווארן מיט דורשט דורך אלע פארזאמעלטע יתומים און יתומות.


נאך די דברות קודש האט דער באקאנטע משמח אלקים ואנשים ר' יונתן שווארטץ הי"ו משמח געווען די קינדער מיט אינטערסאנטע קונצן לכבוד היום. די רבי האט דערנאך געשפילט דריידל מיט די קינדער אויף פארשידענע אופנים - פארגעשטעלט בטוב טעם דורך הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א ממנהלי הת"ת בקרית יואל וואס האט געדינט אלס יושב ראש פונעם מסיבה. ביים ענדע פונעם מסיבה האט די רבי געשאנקן פאר יעדע קינד א געבענטשע מטבה. חנוכה געלט, און א גאר טייערע מתנה. די רבי האט זיך הארציג באדאנקט פאר די חשובע עסקנים וועלכע טוען יאר יערליך אהערשטעלן און צושטאנד ברענגען די רייכע נאכט. די מעמד האט האט איבערגעלאזט א שטארע רושם אויף אלע באטייליגטע און זענען אהיימגעגאנגען אנגעפילט מיט חיזוק און שטארקייט ווייטער אנצוגיין און שטייגן בתורה וביראת שמים. אשר בך ירוחם יתום!





Komentāri


bottom of page