מיטוואך פ' כי תשא • י''ב אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברהם גערגער
בהתעוררות רב האבן חסידי באבוב אפגעצייכנט די 20'סטע יומא דהילולא קדישא פון כ"ק האדמו''ר הרה"ק רבי נפתלי צבי מבאבוב זצוק"ל בצל הקודש פון אחיו כ''ק אדמור מבאבוב שליט"א.
נעכטן דינסטאג נאכט איז דער באבובער רב שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מעריב אין גרויסן ביהמ"ד וואו דער רב האט געצינדן ליכט און יורד געווען לפני התיבה. באלד נאך מעריב האט זיך דער רב שליט"א געוואשן צום שולחן הטהור און סעודת הילולא רבתי און משמיע געווען אמרי קודש מיט א הערליכע דרוש לכבוד פורים כהכנה צו די גרויסער טעג הממשמשים ובאים, און ארויסגעברענגט די מידת הענוה פונעם ברודער דער בעל הילולא אין א בחינה פון ואשכון ואת דכא ושפל רוח, און מסיים געווען מיט א ברכה ובקשה אז זיין זכות זאל מגין זיין לנו ולכל ישראל.
היינט מיטוואך בעצם יומא דהילולא האט דער רב שליט"א געדאווענט די תפילות סיי שחרית און מנחה פארן עמוד לכבוד די יארצייט. אין די פארמיטאג שעות איז דער רב שליט"א ארויסגעפארן צום באבובער בית החיים אין ניו דזשערסי און פארגעזאגט ספר רביעי שבתהילים און תמניא אפי און דערנאך געלערנט משניות לעילוי נשמתו. נאכן עלייה לציון איז דער רב שליט"א צוגעגאנגען צום ציון פון אביו הרה''ק בעל דברי שלמה זי"ע און אמו הרבנית מבאבוב ע''ה, אויפ'ן וועג ארויס פון פעלד האט דער רב געצינדן א ליכט ביים קבר פונעם שווער הרה''ח המרומם ר' משה וואקסמאן ע"ה און דערנאך געזאגט א קאפיטל תהילים ביים ציון פון די באבע הרבנית פראדל ע''ה אשת חבר פון הרה''ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע וועמענס יארצייט געפאלט די קומענדיגע וואך.






























Comments