top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מסע השגחה ופיקוח דורך האד' מסאטמאר ביי די מהודר'דיגע גסות-שחיטה אין אוריגוואי

עודכן: 18 בנוב׳ 2024

זונטאג חיי שרה • ט"ז חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

די וואך האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אונטערגענימען א לענגערע רייזע קיין דרום אמעריקע, בטירחא דגופא וטירחא דגברא רבה צו באזוכן די מהודר'דיגע גסות-שחיטה דורך די "מיעל מארט" פירמע אין אוריגוואי וואס שטעלט צו מהודר'דיגע פלייש פאר חסידי סאטמאר אין ניו יארק.


נעכטן דינטסאג נאכמיטאג האט דער רבי פארלאזט באנעס איירוס ארגענטינע נאכן קורצן בליץ באזוך בקרב הקהילה, אויפן וועג צו באזוכן די שחיטה אינעם דערנעבנדיגן לאנד אורעגוויי. נאכמיטאג איז דער רבי אנגעקומען אינעם בית השחיטה וואו דער רבי האט געדאווענט מנחה אין ביהמ"ד פון די שוחטים. נאך מנחה האבן אלע שוחטים שלום גענומען און דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט ביי יעדן באזונדער, די שוחטים האבן דערנאך איבערגעגעבן זייערע חלפים און דער רבי האט בודק געווען די חלפים פון אלע שוחטים באזונדער. נאך מעריב איז פארגעקומען א ענגע מעמד קבלת פנים דורך די שוחטים, דער רבי האט געטרינקען לחיים און משמיע געווען דברות קודש והדרכה און ארויסגעברענגט די אחריות וואס ליגט אויף די שוחטים און מיט איין בהמה וויפיל אידן מען קען מזכה זיין אדער חלילה מכשיל זיין, און די גרויסע זכות וואס די שוחטים האבן צוצושטעלן כשר'ע פלייש פאר טויזענטער אידן נאך וואס כשרות איז פון די יסודות אין אידישקייט, און מסיים געווען בברכת קדשו. נאך די דברות קודש האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר אלע שוחטים.


שפעטער באנאכט איז דער רבי אריבערגעפארן צום פלענט אינאיינעם מיט הגה"צ רבי אברהם הערש וואזנער אב"ד ור"מ סאטמאר מאנסי און הגה"צ רבי משה פרעדמאן דומ"ץ סאטמאר בארא פארק, צום ערשט האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די מקום השחיטה און די כלי וואס מען באנוצט פאר שחיטה מונחת - כדי דאס צו קענען באטראכטן פון דער נאנט, נישט בשעת די ארבייט. דערנאך איז דער רבי אריבער צום חלק הניקור וואו דער רבי האט באטראכט א לענגערע צייט דעם גאנצע ניקור אפאראט אויף די פלייש פון די נעכטיגע שחיטה און איבערגעגעבן פארשידענע הוראות והדרכות פאר די משגיחים. פון דארט איז דער רבי אריבער מיטצוהאלטן די חלקי המליחה ובטירחא דגופא אליינס ארויף מיטהאלטן דעם גאנצן סדר פון די זאלצן, און דערנאך ממשיך געווען ביי די חלקי שטופה, שרוי' והדחה מיט אלע חומרות והידורים וואס איז איינגעפירט דורכן רבי'ן שליט"א, דערנאך איז דער רבי אריין זען דעם גיגאנטישער שטח פון די פעקידזשינג אפאראט וואס איז שוין אנגעגרייט פאר די מארגנדיגע טאג, און באטראכט א לענגערע צייט דעם גאנצע סדר וויאזוי עס טיילט זיך אפ די כשר'ע פון די טריפה'נע פלייש וכו' וואו אלעס ווערט אדורכגעפירט מיט די גרעסטע מאס הידור. שפעטער באנאכט נאך גאנצע דריי שעה וואס דער רבי איז ארום בטירחא דגופא אינעם גאנצן פלענט מיט אלע אפטיילונגען איז דער רבי אהיים לבית האכסניא אויף א קורצן אפרוה ביז ארופ 6:30 פארטאגס ווען דער רבי שליט''א איז צוריק געקומען צום בית השחיטה המהודרת, און איז באלד אריין זיך אומקוקן אויפן גיגאנטישן שטח פונעם פלענט ביי די פעקידזשינג און מיטגעהאלטן אלע חלקים דערפון, דער רבי איז שטארק נתפעל געווארן סיי פון די פראקטישע חלק און סיי פון די אלע חלקים וואס רירן אן די הלכה אין כשרות און ווערט דורכגעפירט מיטן גרעסטן מאס הידור.


פון דארט איז דער רבי  שליט''א אריבער צו די בדיקת כריסים ווי דער רבי און די רבנים האבן א לענגערע צייט אבזערווירט וויאזוי מען איז דאס בודק. פון דארט איז מען אריבער צו די שחיטה אפאראט, דער רבי האט בודק געווען די חלפים וועלכע זענען חד וחלק לויט די הויכע סטאנדארטן וואס דער רבי שליט''א האט איינגעפירט, דער רבי האט א לענגערע צייט באטראכט דעם גאנצן סדר השחיטה מיט אלע חלקים, די דאבל באקס ווי צוויי בהמות גייען אריין, און באטראכט ווי עס זענען געשטאנען אויפן סטענד די דריי שוחטים און א בודק יבש מיט אלע חומרות והידורים וואס דער רבי האט איינגעפירט ביי די שחיטה גסות.


דערנאך איז דער רבי אריבער צו די חלקי הבדיקות, בדיקת פנים און בדיקת חוץ, און דערנאך ממשיך געווען ביי די ניקור חם, אלעס איז געווען אויפן העכסטן סטאנדארט. סאיז שוין געווען אום 10:45, נאך העכער פיר שעה ווי דער רבי איז ארום אינעם גאנצן פלענט בטירחא דגופא האט דער רבי פארלאזט דאס פלאץ און צוריק לבית האכסניא.


נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי צוריק געגאנגען צום בנין פונעם פלענט, און איז אריין אין די ביוראען, צו די בעלי בתים פונעם פלענט, און זיך שטארק באדאנקט און מפליא געווען די פולע חומרות והידורים וואס מ'ערמעגליכט דא דורכצופירן, און ארויסגעברעגנט אז מען האט נאכנישט געזעהן אזא געלונגענע פלענט צו קענען דורכפירן אלע סארט הידורים וחומרות אזוי גרינג, און דערביי האט זיך דער רבי באדאנקט פאר זיין איבערגעגעבנקייט ווען ער האט אויפגעבויעט א גאנצן אכסניא קאמפלעקס פאר די שוחטים מיט שיינע שלאף שטיבער א פראכטפולע עס זאל און א שיינעם ביהמ"ד דערצו וואס ברענגט פאר די שוחטים ובודקים א זעלטענעם הרחבת הדעת.


פון דארט איז דער רבי ארויף אין מקוה אינעם פלענט, און דערנאך געדאווענט תפילת שחרית מיט טייל פון די שוחטים אין ביהמ''ד פון די אכסניא. נאכן דאווענען האט דער רבי ארויסגעברעגנט זיין התפעלות פאר די שוחטים פון די מהודר'דיגע ווערטשאפט עס קומט דא פאר, דערצו אזא חשובע ערליכע סטעף פון שוחטים בודקים ומשגיחים'. דערנאך זענען די שוחטים אריין בקודש פנימה מיט קוויטלעך.


שפעטער אין טאג האט דער רבי שליט"א טעלעפאניש גערופן הגה"צ אב"ד נירבאטור שליט"א זיך באדאנקן, און אים  קאמפלימענטירט אויף די האראוואניע וואס ער האט אריינגעלייגט אהערצושטעלן אזא מהודר'דיגע מערכת שחיטה לשם ולתפארת.


נאכמיטאג נאך מנחה האט זיך דער רבי הארציג געזעגנט פון אלע שוחטים, און ארויסגעפארן צום לופטפעלד וואו דער רבי האט זיך געהויבן מיטן פריוואטע פליגער א וועג פון 25 מינוט קיין ארגענטינע. אין עירפארט אין ארגענטינע האבן אפגעווארט א שיינע ציבור חסידים, דער רבי האט אויפגענומען דעם ציבור מיט קוויטלעך. און דערנאך האט מען געדאווענט מעריב.


 אויפן פליגער צוריק קיין ניו יארק האט דער רבי שליט"א א לענגערע צייט נושא ונותן געווען מיט די רבנים שליט"א איבערן גאנצן סדר השחיטה, און דער רבי האט אויסגעדרוקט זיין התפעלות וויאזוי דער גאנצער פלענט איז געווען אזוי שיין און מהודר און ארויסגעברענגט די כוחות וואס דער נירבאטור רב שליט"א האט שוין אריינגעלייגט אין דעם מקום אינעם פארגאנגענהייט צו הייבן דעם כשרות סטאנדארט.


דאנערשטאג צופרי האט דער פליגער געלאנדעט אינעם JFK עירפארט פון ווי דער רבי שליט''א איז אהיימגעפארן לביתו נאווה קודש אין קרית יואל.































Comments


bottom of page