top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וויליאמסבורג וועט אנטאפנגען רבבות חסידי סאטמאר צו "סעודת הודאה" ודינער השנתי כ"א כסלו קומענדיגן מצוש"ק וישב

דאנערשטאג פ' ויצא • ד' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

ובמקהלות רבבות עמך בית ישראל גרייטן זיך טויזענטער תלמידי וחסידי סאטמאר די בכל אתר ואתר, צו דאנקן און לויבן דעם בורא כל עולמים אויף די גרויסע חסדים, אינעם גרויסן טאג פון כ"א כסלו יום ההצלה והשחרור פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע מגיא צלמות, אינעם ריזן היכל האדיר והמפואר ביים וואטערפראנט סקווער אין שטאט וויליאמסבורג, האַרט נעבן ביתו נאוה קודש וואו דער גרויסער בעל הנס האט אוועקגעשטעלט דעם כח הקדושה והטהרה און די קהלה ומוסדות הקדושים - אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ממשיך דרכו בקודש פונעם בעל הנס.

שווערע טויזענטער אידן זענען ערווארטעט קומענדיגן מוצאי שבת וישב, אנטייל צו נעמען ביים גרויסארטיגן כנסיה לשם שמים, די טאג וואס איז א זמן קהילה לכל און די גרעסטע צוזאמקום פון יאר, ווען מען קומט זיך צוזאם להודות ולהלל על הנסים ועל הנפלאות, די טאג וואס טויזענטער חסידים טוען זיך צאמנעמען לשמוע את דבר השם ברמה, הערן די צענטראלע דברות קודש מפום ממלל רברבן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א בהאי עידן רעוא, יסודות איתנים וואס איז נוגע פאר יעדן חסיד דורכאויס די גאנצע קיילעכיגע יאר. ווי אין די לעצטע פאר יאר וועט די ריזן מעמד אויך דאס יאר פארקומען אין א גיגאנטישע שאטער וואס ווערט אויפגעשטעלט ביים וואטערפראנט סקווער שטח אויף קענט עוועניו אין וויליאמסבורג, היי יאר איז דער גאנצער זאל געווארן אויסגעברייטער פון ביידע זייטן, און ווערט איינגערישט מיט פיל א גרעסערן ברייטקייט פון פאראיאר, וויבאלד דער ריזן זאל האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין צר מהכיל, שוין ביי די ערשטע מאמענטן פונעם אווענט איז געווען אפס מקום ממש. די גאנצע מעמד ווערט אהערגעשטעלט אויף א מייסטערהאפטיגע פארנעם דורך די בארימטע AF פראדאקשען אונטער די געניטע פירערשאפט פון העסקן הנמרץ ר' ארי פרענקל הי"ו. א הויכשטאקיגע בימת הכבוד ווערט אויפגעשטעלט פאר די הונדערטער רבנים דיינים ומרביצי תורה, בראשם אדמורי"ם ורבנים ועל צבאם דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. די הויכפונקט פונעם מעמד וועט זיין די צענטראלע דברות קודש פונעם סאטמארער רבי'ן שליט"א, וועלכער וועט ווי יאר יערליך עלעקטעריזירן דעם ציבור הנאספים אין א פייער פון מלחמת קודש און וויכטיגע נקודות ביסודות הדת בענינים העומדים על הפרק.א רייכע קאפעליע, וועלן מהנה זיין דעם ציבור מיט פאכמאנישע געזאנגען און נעימות'דיגע שירה וזמרה. כמידי שנה בשנה וועט דער מעמד זיין משולב אינאיינעם מיט די יערליכע דינער לטובת די מוסדות הקדושים דחסידי סאטמאר אין וויליאמסבורג.

Bình luận


bottom of page