מיטוואך פ' כי תשא • י''ב אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

תלמידי וחסידי סאטמאר בארה"ק זענען איינגעהילט אין פייערליכע רגשי הלבבות זיך גרייטנדיג צו פראווען די געהויבענע טעג פון פורים המשולש בקרתא דשופריא בצילו פונעם באליבטן רב הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א וואָס איז ספעציעל געקומען קיין ארה"ק צו פראַווען די לעכטיגע טעג בחצרות בית ה' בתוככי קהלתו הק' אין ירושלים.
אין די לעצטע וואכן זענען געמאכט געווארן די הכנות צום געהויבענעם מאמענט נאך גאנצע אכט יאהר זינט די לעצטע מאל וואס די רב האט געפראוועט פורים בעיר ה' שמה, וואס די הייליגע טעג ליגט נאך טיף איינגעקריצט אין זכרון ביי אלע וועלכע האבן דאס מיטגעלעבט, און קוקן אצינד ארויס מיט שפאנונג ווידער מיטצולעבן די געהויבענע טעג פון התרוממות, די תפילות און קריאת המגילה מיט גרויס דביקות, און ועל כולם די פריילעכע משתה היין ווען די רב הייבט דעם ציבור און די העכערע ספערן מתוך שמחה וצהלה.
א באזונדערע התרגשות הערשט מיטן שמחת התורה וואס וועט געפלאכטן ווערן מיט די שמחת פורים ווען בעיצומו של שב"ק פורים דמוקפין בימים אשר קבלו את התורה מאהבה, וועט דער רב שליט"א אריינגעבן א ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך הנדיב החפץ בעילום שמו לזכותו פונעם רב שליט"א, צום היכל בית מדרשו פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע 'אוהל רחל' דסאטמאר אויף רח' יואל בתוככי מקדש מלך עיר מלוכה.
כדי צו קענען אקאמאדירן דעם ריבוי העם פון תלמידי וחסדי סאטמאר מרחבי ארה"ק וועלכע זענען ערווארטעט מיטצוהאלטן די סעודת משתה היין וואס איז דער הויכפונקט פונעם געהויבענעם פורים, האט די הנהלת הקהלה אריינגעלייגט א מאסיווע ארבעט אהערצושטעלן דעם ריזיגן "היכל הגדול" אין קרית ויואל משה אין די עזרת תורה געגענט אויף א פאסיגן פארנעם מיט א בימת הכבוד און הויכשטאקיגע פארענשטעס, ווי אויך א גרויסן עזרת נשים.
אין די יעצטיגע טעג איז ערשינען מטעם הנהלת הקהילה די סדרי הימים הנעלים במחיצתו פונעם רב שליט"א, מארגן דאנערשטאג נאכט ליל פורים דפרזים וועט דער רב שליט"א דאווענען מעריב נאכגעפאלגט מיט קריאת המגילה אין ביהמ"ד אהל רחל, ביינאכט וועט דער רב ערשיינען בקרב הקהילה אין בית שמש און פראווען דער משתה ושמחה בתופים ובמחולות מיט די בני הקהילה, פרייטאג צופרי און אזוי אויך ליל שב"ק וועט דער רב שליט"א דאווענען אין ביהמ"ד ויואל משה אין די עזרת תורה געגענט, און דארט אפרעכטן די שבת אחים פרייטאג צונאכטס.
בצפרא דשבתא וועט די רב דאווענען אין ביהמ"ד אוהל רחל ווען בעפאר קריאת התורה וועט פארקומען דער געהויבענער מעמד הכנסת ספר תורה. נאך מוסף וועט פארקומען א קידושא רבא לכל הקהל הקודש לכבוד דעם חינוך ספר התורה, שלש סעודות וועט פארקומען אין דעם גרויסן "היכל הגדול" אין עזרת תורה, און נאך הבדלה וועט געפראוועט ווערן דער מעמד 'אורה ושמחה' בתופים ובמחולות לכבוד היום ולכבוד התורה.
זונטאג פורים המשולש וועט דער רב דאווענען אין ביהמ"ד ויואל משה, שפעטער נאכמיטאג וועט דער רב אויפנעמען משלוח מנות אין ביהמ"ד ויואל משה, און לעת ערב וועט געפראוועט ווערן די גרויסער משתה היין בתופים ובמחולות.



Comments