דאנערשטאג פ' וארא • כ"ג טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
מיט גרויס התרגשות ווערט אויפגענומען בעולם החסידות און בפרט ביי חסידי סקולען, איבער די ענדגילטיגע החלטה דורך האחים האדמורי"ם מסקולען שליט"א בני כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצ"ל, צו קובע זיין שם ספריו הקדושים מיט'ן נאמען אשר לו נאה ויאה "בעל ישועות יעקב", אין וואס ס'איז מרומז שמו הקדוש, רבי ישעי' יעקב זכר צדיק לברכה.
אין די הקדמה צום וועכנטליכן קונטרס, וואו עס ווערט געדרוקט די תורות ודברות קדשו פונעם סקולענער רבי'ן ז"ל, ווערט די וואך פ' וארא ברייט אויסגעשמועסט די החלטה וואס איז געמאכט געווארן דורך האחים האדמורי"ם שליט"א מסקולען און ישועות יעקב סקולען, נאכדעם וואס מ'האט שוין משך פון די פינף יאר וואס דער רבי ז"ל האט מכהן געווען באדמורו"ת, זוכה געווען ארויסצוגעבן דברי תורתו און די אמרות טהורות אויף א וועכנטליכן באזיס, פון וואס טויזנטער חסידים ואנשי מעשה צמאים לדבר ה' האבן געשעפט עמערס התחזקות און הדרכות בעבודת ה', און די טייערע און בליציגע רעיונות און טייטשן בפרשת השבוע וואס איז משמחת לב לומדיהם, און אצינד ווען מ'גרייט זיך איינצונזאמען לפונדק אחת דעם אוצר בלום פון די אלע תורות, איז באשטימט געווארן צו רופן דעם ספר "ישועות יעקב", וואס בעבור שמו הגדול והקדוש שנקרא עליו, וועט מען זוכה זיין אז דער רבי ז"ל ימליץ טוב און ווייטער משפיע זיין פון אויבן ישועות ורפואות.
צוה ישועות יעקב
Comments