top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ביקור חולים • האד' מרחמיסטריווקא וועט קומען צו פארן קיין ניו יארק באזוכן האד' מרחמיסטריווקא

זונטאג פ' במדבר - כ"ג אייר תשפ"ג | קול בחצרות


יעצט אויפדערנאכט אין ארץ ישראל איז ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן אז כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וועט זיך מארגן מאנטיג ארויסלאזן אויף א בליץ באזוך קיין ניו יארק, אויף ביקור חולים ביים פעטער כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א לרפואה שלימה.


ווי באקאנט איז דער רחמיסטירווקא רבי שליט"א שטארק דבוק אין זיין גרויסן פעטער, און קומט כסדר קיין ניו יארק זיך מסתופף זיין בצל קדשו, אין די לעצטע תקופה זינט דער ראחמיסטריווקא רבי שליט"א געפונט זיך אין א שווערע געזונט צושטאנד, האט דער רבי עטליכע מאל אויסגעדרוקט רצון קדשו ארויסצופארן קיין אמעריקע באזוכן און מבקר חולה זיין דעם פעטער.


אצינד איז טאקע באשטעטיגט געווארן אז דמארגן מאנטיג וועט דער רבי ארויספארן אויף א בליץ באזוך קיין ניו יארק, דער רבי וועט זיך אויפהאלטן אין ניו יארק פאר צוויי טעג, און מיטהאלטן די תפילות בביתו נאוה קודש פונעם פעטער, ביז דינסטאג נאכט ווען דער רבי וועט זיך ארויסלאזן אויפן וועג צוריק קיין ארץ הקודש.


לויטן יעצטיגן פלאן וועט דורכאויס דעם רבינס קורצן באזוך אין אמעריקא פארקומען א מעמד קבלת פנים רבתי לכבודו אינעם ביהמ''ד הגדול רחמיסטירווקא אין בארא פארק, מער פרטים וועלן נאכפאלגן.

Comments


bottom of page