דער ציבור ווערט געבעטן מתפלל זיין לרפואת כ"ק אדמו"ר מקוזמיר שליט"א וועלכע איז נעכטן צוזאמגעפאלן אינמיטן די חתונה פון אן אייניקל וואס איז פארגעקומען אין בני ברק: מרן פנחס משה בן בילא רחל לרפו"ש.
היינט צופרי האט זיך דער רבי ב"ה ערוועקט און האט געהייסן זינגען 'מזמור לתודה'. לויט ווי דאקטוירים געבן איבער, האט זיך דער מצב גאר שטארק פארבעסערט און דער רבי שליט"א וועט קענען באפרייט ווערן פון שפיטאל אין די קומענדיגע טעג. נעכטן שפעט ביינאכט איז דער ברודער פון רבי'ן כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, אנגעקומען צו די 'תל השומר שפיטאל'און באזוכט ביים ברודער.
top of page
bottom of page
Comments