מיטוואך פ' כי תשא • י''ב אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
גאר א דערהויבענעם שבת איז פאראיבער בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו שליט"א פון אמעריקא וועלכע האט געוויילט דעם פארלאפענעם שבת אין ירושלים עיה"ק לרגל די קידושא רבא פון די ערשטע אייניקל, בת הנולדה ביי בנו הרה"צ ר' יצחק קאליש שליט"א. די תפלות און טישן זענען פארגעקומען אויף א גרויסע פארנעם מיט די באטייליגונג פון הונדערטער חסידים, מעריצים ותושבי העיר, אין ביהמ"ד זוטשקא אין ירושלים, נאכדעם וואס דעם רבינס שוואגער כ"ק אדמו"ר מזוטשקא ירושלים שליט"א האט זיך געפינען אין לאנדאן לכבוד די חתונה פון א קינד.
פרייטאג צונאכטס האט מען געהאט די זכיה צו הערן קולו בקודש ביי קבלת שבת, ווי דער רבי האט יורד געווען לפני התיבה און פארגעדאווענט מיט א קול מעורר בדביקות עילאה. די סעודת ליל שבת האט דער רבי געגעסן מיט די בני המשפחה אויף א פריוואטע פארנעם. נאכן סעודה האט דער רבי געפראוועט א קורצע באטע, ווי ס'האט זיך אויך באטייליגט די מחותן הגה"צ ר' מנחם זאב שטערן שליט"א.
צומארגנס ביום השבת האט דער רבי צוגעשיקט דער בעל שמחה בנו בכורו הרה"צ ר' יצחק שליט"א צו פסוקי דזמרה. ביי קריאת התורה האט דער רבי קורא שם געווען דעם ניי-געבוירן אייניקל מיטן נאמען 'ריזל' נאך די עלטער באבע הרבנית הצדיקת מסקולען ע"ה מחברתה הטהורה פון הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זי"ע.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די קידושא רבא אין א דערנעבענדיגע זאל, ווי עס האט זיך אנגעזעהן א מאסן שטראם חסידים פון אלע עקן שטאט, וואס זענען געקומען וואונטשן מזל טוב פאר די געהויבענע בעלי השמחה. צווישן אנדערע האבן זיך באטייליגט: דער פעטער האדמו"ר מסקולען ירושלים, האדמו"ר מסטריקוב ירושלים, הרה"ג ר' מענדל וויליגער חתן האדמו"ר מאמשינוב און נאך.
מוצאי שבת האט דער רבי באשיינט די מעמד 'כבוד התורה' אין ישיבת שער המלך אין ירושלים ווי דער רבי האט אויפגעטראטן מיט א לענגערע שיחת קודש בחיזוק לימוד התורה. דערנאך האט דער רבי מתפלל געווען ביים כותל המערבי.
זונטאג דורכאויס די טאג איז געווען זמני קבלת קהל און ביינאכט האט דער רבי אפגעשטאט א באזוך בהיכל כולל 'תורת יוסף אמשינאוו' וואס שטייט בנשיאתו און ווערט געפירט דורך בנו הרה"צ ר' יצחק שליט"א. דער רבי האט אפגעראכטן א מסיבת לחיים און אויפגעטראטן מיט דברות קודש.
נעכטן מאנטאג נאכמיטאג האט זיך דער רבי צוריקגעקערט למעון קדשו אין בארא פארק.


















Comments