top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאטמאר רייסט אראפ "אגודת ישראל ד'אמעריקע" נאכן ארויסשטעלן בריוו קעגן אמעריקאנע פרעזידענט

דאנערשטאג פ' בחוקותי • כ"ב אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש‎


במלחמת אש דת השערה האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט״א משמיע געווען שטארקע דיבורים בדברים העומדים על הפרק ביים גרויסן ל"ג בעומר טיש וואו די רבי האט אדרעסירט די מצב בארה"ק סיי מיט די גזירות גיוס בני ישיבות וואס מען דארף אסאך רחמי שמים ניצל צו ווערן דערפון, און סיי איבער די מצב המלחמה אין ארץ ישראל וואס האט פארשפרייט אסאך שנאת ישראל אין די גאנצע וועלט און מען דארף אויך רחמי שמים אז עס זאל גארנישט קאסטן פאר כלל ישראל.


דערביי האט דער רבי מיט גאר שארפע ווערטער ארונטערגעריסן די פירער פון ״אגודת ישראל ד׳אמעריקע״ וואס זענען ארויסגעקומען מיט א בריוו קעגן דעם אמעריקאנ׳ער פרעזידענט יר״ה וואס דאס קען צוברענגען א שרעקליכער התגרות באומות און צינדן א פייער אין דער יעצטיגער שעת מלחמה, און מ׳זעט אז ליידער די אלע וואס זענען זיך מתחבר מיט די רשעים ווערן נאכגעשלעפט מיט זיי.



Comments


bottom of page