מאנטאג פ' אמור • ד' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
פארלאפענעם חול המועד פסח ביים יערליכע כינוס און הקבלת פני רבו בחצר הקודש דושינסקיא האט כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א אין זיינע דברי הדרכה פאר כלל חסידיו מעורר געווען צו אוועקצושטעלן א סדר לימוד פון כאטש א שעה יעדע ערב שבת קודש אין אלע דושינסקיא בתי מדרשים, צו מקבל זיין שבת מתוך תורה אלס א הכנה דרבה.
חסידים האבן גלייך מקיים געווען רצון צדיק און די ערשטע ערב שבת, די פארלאפענעם פרייטאג נאכמיטאג זענען אלע דושינסקיא בתי מדרשים געווען פון מיט לומדים זקנים ונערים. אין ביהמ"ד דושינסקיא אין שטאט אלעד זענען די חסידים ערשטוינט געווארן ווען די רבי שליט''א איז פלוצלינג ערשינען בשעת די סדרי הלימוד אין ביהמ''ד. די רבי איז געקומען צו פארן פון ירושלים זיך אליינס צו משתתף צו זיין ביי די סדר לימוד אין די ביהמ"ד אין אלעד און צוריק אהיימגעפארן נאנט צום זמן כניסת שבת.
די רבי שליט"א איז אנגעקומען אינאיינעם מיט זיין לאנגיעריגע חברותא הרה"ח ר' יוסף צבי קליין שליט"א און זיך געזעצט לערנען צווישן די צענדליגע חסידים וואס האבן אוועקגעריסן פון די פארנומענע פרייטאג נאכמיטאג שעות לעשות רצון צדיק, פאר גאנצע צוויי שעה, פון דרייע ביז פינעווע איז די רבי שליט"א געזיצן אינאיינעם מיט עדת מרעיתו און געהארעוועט בקול תורה.
נאכן ענדיגן די סדר לימוד האט די רבי שליט"א גערעדט קורצע דברות קודש און מעודד געווען אנצוהאלטן די קבלה טובה מידי שבת בשבתו און אויסגעדרוקט זיין גרויס הנאה און פארגעניגען פון די פלאמעדיגע קול תורה וואס האט אפגעהילכט אין ביהמ"ד.
Kommentare