דאנערשטאג פ' כי תבוא • ט"ז אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר
בחדוה עילאה האבן אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר מיטגעלעבט די געהויבענע שמחת נישואין פון אן אייניקל כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א די חתן א זון פון בנו בכורו הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' אפרים אהרן טייטלבוים שליט״א ראה״כ מגדולות מרחקים צעהלים בן הגה״צ אב״ד נעפלעמיץ שליט״א, וואס איז פייערליך אפגעראכטן געווארן פארגאנגענעם מאנטאג במקהלות אלפי חסידים ואנשי מעשה אין עיר ואם בישראל וויליאמסבורג.
אין די נאכמיטאג שטונדן איז דער רבי אריינגעקומען צום מעמד קבלת פנים אין ביהמ"ד הגדול. מ'האט געזינגען ניגוני התעוררות און בדחנא דמלכא ר' שמואל ביקעל האט אויפגעטראטן מיט דברי חרוזין והתעוררות. דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוונטשן מברכות קדשו פארן גאנץ ציבור.
נאכן קבלת פנים איז דער רבי צוגעפארן צו די זאלן פון ויואל משה צום באדעקן און דערנאך מסדר געווען די כתובה בחדרו הפרטי און געבענטשט די חתן כנהוג, אום אכט אזייגער איז דער רבי ארויסגעקומען צום מעמד החופה ברחובה של עיר פארנט פונעם ביהמ"ד הגדול ווי מ'האט א לענגערע צייט געזינגען ניגוני התעוררות. מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן דער געהויבענע זיידע כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א, עדי קידושין זענען געווען הרה״ג ר׳ מענדל ווייס שליט״א דומ״ץ ביהמ״ד טיב לבב אין קרית יואל און הרה״ג ר׳ יצחק בנימין שטערן שליט״א ר״מ בישיבת סאטמאר, קריאת הכתובה די זיידע הגה"צ אב"ד נעפלעמיץ שליט''א, די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן כ"ק אדמו"ר מצעהלים שליט"א פעטער מצד הכלה, הגה"צ אב"ד זענטא שליט"א פעטער מצד החתן, און הגה"צ רבי נחום מאיר גערמאן ראש ישיבת באבוב זיידע מצד הכלה, ברכה אחריתא כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א פעטער מצד החתן. נאכן חופה האט דער רבי געוואונטשן ברכת קדשו לכל הקהל הקודש, און עס איז געשאפן געווארן א מחול לצדיקים אויפן בימת הכבוד.
בשעה 9:30 איז די רבי ערשינען אין ביהמ"ד צום שמחת החתונה אין די זאל פון עטרת אברהם, די רבי האט זיך באגריסט מיט די אדמורי"ם ורבנים וקרובי המשפחה און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ, דערנאך האט זיך די רבי געוואשן צום סעודה און נאכן פיש געוונטשן לחיים לכל הקהל הקודש אום צען אזייגער איז דער חתן ערשינען אין זאל און איז געטאנצן מיטן רבי'ן שליט''א און די זיידעס און מחותנים. דאן איז די רבי ארויס אין א ריקוד נלהב מיט בנו הגה''צ אב''ד סאטמאר ירושלים שליט''א, דערנאך האט מען ממשיך געווען די ריקודין ווען אינצווישן זענען די טויזנטער חסידים אריבער ווואנטשן מזל טוב ביים רבי'ן ולעומתם ברוך יאמרו בצהלת פנים.
דער אויבן אן איז באשיינט געווארן דורך מערערע אדמורים ורבני העיר צווישן זיי: האדמורי"ם מוויזניץ וויליאמסבורג, וויען, צעהלים, גאלאנטא, קיוויאשד, בראד, ספינקא מאנסי, מבקשי השם, קאלבסוב, באניא, סטרעטין, זידיטשוב וויליאמסבורג, קאזלוב, די פעטער'ס כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א די פעטער'ס הרבנים לבית ביסטריץ, אב''ד סערט וויז'ניץ לעיקוואד, גאב"ד סאטמאר מאנטריאל, גאב"ד סאטמאר מאנסי, אב"ד זענטא, גאב"ד מאקאווא אשדוד, אזוי אויך הרבנים משאפראן, יעמרינג, קאריץ, תפארת מרדכי, סוליצא, מעליץ קרית יואל, בית אהרן, ניימארק, ראשית חכמה, ריסקאווא, יערוסלאב, קלאסנא, תהילות ישראל, מישקאלץ, תולדות רפאל קאשוי, ראב"ד פאלטיטשאן, הרה"צ ר' חיים שלום האלבערשטאם בנו הגדול פון האדמו"ר מבאבוב, הרה״ג ר׳ מאיר גרינוואלד שליט״א דומ״ץ פאפא בנו הגדול פון האדמו״ר מפאפא, הרה"צ ר' ישכר דוב טויב בן האדמו"ר מקאלוב, און נאך פילע רבנים ודיינים.
מיטן ברכת המזון איז מכבוד געווארן דער פעטער הגה"צ אב"ד ביסטריץ, מיט די שבע ברכות זענען מכובד געווארi גאב"ד סאטמאר מאנסי, הרה"ג ר' יחזקאל טייטלבוים דומ"ץ סאטמאר קליימער, הרה"ג ר' יקותיאל טייטלבוים ראש הכולל, הגה"צ רבי יחיאל לייפער אב"ד בני יששכר, הגה"צ רבי יצחק אייזיק שנעבאלג אב"ד מאחנובקא בעלזא וומס"ב, און ברכה אחריתא כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א.
דערנאך איז מען צוגעטראטן צום דערהויבענעם מצוה טאנץ, בדחנא דמלכא הרב אלעזר קליין האט מייסטערהאפטיג אויסגעגראמט דעם רבי'ן שליט''א זייענדיג מעורר זכות אבות אין די ישועות אין רפואות וואס אידישע קינדער זענען אנגעוונדן, בשעת די גראנען האבן תלמידי הישיבה הק' אין קרית יואל איבערגעגעבן פארן רבי'ן א מנחת ביכורים פון טויזנטער שעות ברציפות וואס איז געלערנט געווארן לקראת די שמחה און די רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
דערנאך האט די רבי געטרינקען לחיים און משמיע געווען ברכת הקודש פארן גאנצן ציבור, די רבי שליט"א האט בקול חינוק דמעות ארומגערעט איבער די אבות הקדושים וואס קומען אראפ צו די שמחה און אויסגעפירט בברכת כתיבה וחתימה טובה, כנהוג האט מען געזינגען דעם אויסגעווייקטן 'אני מאמין' און דאן האט די רבי אנגעטון די צאנזער גארטל כנהוג און אפגעראכטן די פייערדיגע ריקודין לפני הכלה אנכאפענדיג מימינו דער חתן אין פון די אנדערע זייט בנו הגה''צ אב''ד סאטמאר ירושלים און די מחותן דערנאך איז דער רבי געטאנצן באזונדער מיטן חתן. א מחזה הוד איז געווען ווען דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד מיט בנו בכורו דער ירושלימער רב שליט''א ובני משפחתו, און דערנאך געטאנצן א באזונדערע ריקודי קודש מיט אחיו הגה"צ אב"ד זענטא און מיט גיסו גאב"ד סאטמאר מאנסי, דערנאך איז דער רבי געטאנצן מיט אלע אייניקלעך ויוצאי חלציו פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"g און א באזונדערע רינג מיט די קורב צו צוואנציג קינדערליך בלעה"ר איינקילעך פון רבי'ן שליט"א, און דערנאך א רינג פון די אייניקלעך די בחורים און קינדער.
נאכן רבינ'ס מצוה טאנץ זענען געטאנצן די אנדערע זיידעס הגה״צ אב״ד נעפלעמיץ שליט״א און הגה"צ נחום מאיר גערמאן שליט"א ראש ישיבת באבוב, דערנאך האט געטאנצן דער פעטער פון כלה האדמו״ר מוויזניץ - מאנטריאל שליט״א, דער מחותן הגה״צ אב״ד סאטמאר ירושלים אבי החתן, און דער אבי הכלה הרה״ג ר׳ אפרים אהרן טייטלבוים שליט״א, דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן מיט די זיידעס און מחותנים באזונדער, דערנאך האט דער בדחן געזאגט דברי בדחנות און אויפגעריפן חתן כלה, מען האט געזינגען אשת חיל, און דערנאך אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשען חתן כלה. עס איז שוין געווען קרוב צו פיר אזייגער פארטאגס ווען מען האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה ובזמרה, אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש.
Comments