דינסטאג פ' פנחס • י"ז תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
אין א היסטארישע מאמענט האבן זיך פילע תושבי עיר מאנסי בראשות די גדולי ורבני העיר שליט"א, זיך צוזאמגענומען כאיש אחד בלב אחד צום ערשטן דינער פאר די חשוב'ע מוסד תלמוד תורה יטב לב, צו מחזק זיין די הייליגע תלמוד תורה, וועלכע איז געגרינדעט געווארן מיט 5 יאר צוריק, און איז אויסגעשטיגען אלס א חידוש בעולם החינוך. ווי ערפארענע מחנכים מומחים, לייגן אריין זייער הארץ און נשמה, מחנך צו זיין די טייערע צאן קדשים אויף א איכות'דיגע און יסודות'דיגע פארנעם, מיט א הויכע קוואליטעט חינוך, ארויפהייבנדיג יעדען תלמיד צו קונה זיין א גערונטליכע הבנה און ברייטע ידיעה אין פילע מקצועות התורה, מיט יראת שמים און מידות טובות.
די מעמד מרומם 'לרומם ולהדר' איז געווען א דינער לטובת המוסד קאמבאנירט מיט א 'מעמד הכרת הטוב', פאר די חשוב'ע עלטערן ונגידי המוסד, וועלכע האבן אין די לעצטערע וואכן ארויסגעוויזן העלדישקייט מיט'ן ביישטייערן אסטראנאמישע סומעס להחזקת המוסד, ווי די טייערע תומכים זענען הארציג באדאנקט געווארן דורך די הנהלת המוסד אויף זייער הארציגע געטריישאפט און שטיצע.
Comments