מאנטאג פ' פנחס • ט"ז תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
היינט נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל, זייענדיג זקוק לרחמי שמים. נאך א לענגערע שוואכקייט וואס איז באפאלן דעם רבי'ן האט מען דורכגעפירט פארשידענע אונטערזוכונגען אין די קפלן שפיטאל אין רחובות, וואו די דאקטוירים האבן פעסטגעשטעלט אז דער רבי ליידט פון א שווערע לונגען אנטצינדונג, און איז אנגעוויזן אויף באהאנדלונגען פון די דאקטוירים אין שפיטאל.
נעכטן זונטאג האט מען נאך זוכה געוועהן אז די רבי שליט"א איז אריינגעקומען צום יארצייט טיש לרגל די הילולא קדישא פון אביו הרה"ק רבי דוד משה מקרעטשניף זי"ע כאטש וואס די רבי איז געוועהן גאר שוואך האט די רבי מעריך געוועהן שולחנו הטהור און געזאגט תורה בשארית כוחותיו. יעצט נאכמיטאג אין שפיטאל האט די רבי געבעטן פון די חסידים צו מתפלל זיין און מעורר זיין רחמי שמים לרפואתו השלימה אז ער זאל קענען ווי אמשנעלסטן אהיימקומען בבריאות השלימות, דער נאמען צו מתפלל זיין איז מרן מנחם אליעזר זאב בן אסתר רחל בתוך שאר חולי ישראל.
Comments