top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרית יואל שיינט אויף מיט נייע עפאכע פון ביליגע "דירות פרייזן" געציילטע חדשים נאך פראקלאמירונג פון האד' מסאטמאר

פרייטאג פ' פנחס • כ' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

קרעדיט קרית יואל היימשטאט

 

שטייענדיג געציילטע חדשים נאכדעם וואס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט פארופן א דרינגענדע אסיפה מיט די הנהלת הקרי', און דאן דערקלערט ברבים ביים מעמד "קהלא קדישא" איבער א לעזונג צו די שרעקליכע דירות קריזיס אין קרית יואל, איז די וואך געמאכט געווארן די ערשטע טריט אריין אין א נייע עפאכע בע"ה, נאך לענגערע אסיפות בביתו נאווה קודש פונעם רבי'ן שליט"א מיט די "דירות קאמיטע" וואס דער רבי האט ממנה געווען.


במשך די לעצטערע וואכן איז די קאמיטע געווען אקטיוו צו זיצן מיט די דעוועלאפער און עקספערטן, און צוזאמצושטעלן די נומערן פון די מאמענטאלע קאסטן פאר די דעוועלאפער, בעפאר די רווחים צו בענעפיטירן פון די ארבעט און אינוועסטמענט. עס איז ארויסגעקומען א קלארקייט אז דאס בויען א פראיעקט נאך אלע הוצאות קאסט ביליגער ווי $300, ממילא איז דא א מעגליכקייט צו קענען שטעלן א מאקסימום פרייז פון $300 פער סקווער פיס, און כדי עס זאל נאך בלייבן גענוג ריוח פאר די דעוועלאפער, וועט מען נידערן די קאסטן פון בויען מיט'ן אוועקנעמען אלע צוגעקומענע מותרות וואס זענען צואגעוואקסן די לעצטערע יארן, און אויך בכלל שפארן געלט דורך זוכן צו באקומען אויף אלעם די בעסטע פרייזן.


דער ערשטער יעצטיגער פלאן איז באזירט געווארן אויף די פרייזן וואס די עטליכע פראיעקטן וואס ווארטן יעצט אויף פערמיטס האבן געצאלט אויף זייערע שטחים. אבער די קאמיטע ארבעט באזונדער אקטיוו צו נידערן די שטח פרייזן וואס יחידים פארקויפן, וואס דאס וועט האפנטליך ווידער ערמעגליכן צו גיין נאך נידריגער מיט די פרייזן פער סקווער פיס און נאך איבערלאזן פלאץ פאר די דעוועלאפער זיי זאלן בע"ה קענען פארדינען אז די שווערע ארבייט זאל זיך אויסצאלן, אן דעם וואס ס'זאל קאסטן א פרייז פאר'ן ציבור תושבי העיר.


ביים אסיפה פאריגע וואך ביים רבי'ן האט דער געטרייער ווילעדזש אדמיניסטארטאר מו"ה גדלי' סעגעדין הי"ו פארגעשטעלט די מהלכים וואס ווערן אויסגעארבעט דורך ספעציעל געדינגענע לויערס פון אלבאני וועלכע זענען שוין געווען אויף מערערע זיצונגען מיט'ן ווילעדזש און די דירות קאמיטע אינאיינעם, ארבעטנדיג אויף א קראנטע מהלך וויאזוי דער יעצטיגער אומאפיציעלער מאראטאירום זאל מצליח זיין צו ברעכן דעם יקרות קריזיס, און וויאזוי די פארהאנדלונגען מיט יעדן דעוועלאפער באזונדער זאל ברענגען די גינסטיגע רעזולטאטן, אז די אלע וועלכע ווארטן נאך אצינד צו ערהאלטן אפראוועלס און פערמיטן זאלן בעפאר דעם אויסארבעטן מיט'ן קאמיטע די פרייז וואס זיי וועלן בעטן, לויט די הוראות פונעם רבי'ן שליט"א.


אויך איז געווארן אויסגעשמועסט די נושא פון "האום אוינער אקיופייד", וויאזוי מ'קען זיכער מאכן אז די דירות גייען פאר קונים וואס זוכן א דירה צו וואוינען, און נישט אויף צו מאכן ביזנעס צו פארדינען אויפ'ן חשבון פונעם דעוועלאפער. עס איז געווארן אויסגעשטעלט א מעגליכע מהלך אז די קאמיטע זאל אהערשטעלן א ליסטע פון קונים וואס די קאמיטע באשטעטיגט זייער מאטיוו צום וואוינען, און דאן וועלן די דעוועלאפער געבן ערשטע פריאריטעט פאר די ליסטע. באזונדער איז באהאנדלט געווארן א מהלך וועגן צוקונפטיגע אנעקסעישן, ווען דער ווילעדזש האט פארגעשטעלט א פלאן אז ביים קומענדיגן אנעקסעישן פראצעדור אויף וואס מען ארבעט שוין אקטיוו מיט די הכנות א לאנגע צייט, זאל מען נישט אריינלאזן קיין שטחים נאר אויב דער בעל השטח פארפליכטעט זיך מיט א רעטריקשן אז ער וועט צושטעלן אפארדעבל האוזינג פאר קרית יואל לויט די אוועקגעשטעלטע סטאנדארטן פונעם קאמיטע.


די היינטיגע אנהויב וואך זענען די הכנות געענדיגט געווארן ביי אן אסיפה ביים סאטמארער רבי'ן שליט"א, וואו עס איז אנגעקומען צו א פריידיגע קלארקייט שפאנענדיג פון דארט ווייטער זיך אראפצוזעצן מיט די דעוועלאפער וועלכע ווארטן אויף ווילעדזש אפראוועלס, צו מאכן ענדגילטיגע הסכמים בס"ד.


דעם מיטוואך איז שוין ב"ה געווארן אונטערגעשריבן דער ערשטער הסכם, מיט א פירמע וואס בויט יעצט א דעוועלאפמענט אין קרית יואל פון קרוב צו 200 דירות, וואו די קאמיטע האט זיך אונטערגענימען אז ער וועט ערהאלטן באלדיגע פערמיט'ס צו קענען זאפארט אנהויבן בויען, ווען אין אויסטויש וועט דער דעוועלאפמענט בע"ה זיין דער ערשטער צוצושטעלן די מאקסימום-פרייז וואס די רבי שליט"א האט נארוואס אוועקגעשטעלט פאר די אלע צוקונפטיגע דעוועלאפמענטס מיט וועמען מען זיצט אצינד. אלע נייע קאנטראקטס פון דעם דעוועלאפמענט וועלן געמאכט ווערן לויט די נייע פרייזן, און די דירות וועלן געבויט ווערן לויט די נייע סטאנדארטן, שטארק און גוט, מיט 9 פיסיגע דאך, אבער אן קיין איבריגע מותרות אד"ג, אן די אלע נייע לוקסעריעזע הוספות און הוצאות וואס זענען צוגעקומען די לעצטע 20 יאר. גלייך פון דארט איז די קאמיטע געגאנגען ווייטער, און האנדלט אצינד מיט נאך דעוועלאפער פון עטליכע ווייטערדיגע פראיעקטן וואס ווארטן נאך אויך צו באקומען אפראוועלס, און מען האנדלט מיט זיי אויסצוארבעטן ענליכע מהלכים בס"ד, און מעגליך אויך אראפברענגען די שטח קאסטן פון פארשידענע אפענע פראיעקטן.


אין די זעלבע צייט גייט ווייטער פאראויס די ארבעט צו ערגענצן און אהערשטעלן די פארטיגע פלענער פאר דעם רבינס "חתן כלה דירות" אויף וואס די הנהלת הקרי' ארבעט שוין אומערמידליך, צו צושטעלן בע"ה קרוב צו 1,000 ביליגע רענטאלס פאר חתן כלה צו ברענגען א דערלייכטערונג אינעם רענטאל מארקעט בע"ה, און פארגרינגערן פאר טויזנטער מחותנים און פאר הונדערטער פארפעלקער בע"ה.

コメント


bottom of page